זית רענן (התנחלות)
Zayit Raanan2121.JPG
זית רענן (אויפ'ן בערגל, ווי געזען פון טלמון)
מדינה / טעריטאָריע מדינת ישראל
גרינדונג דאַטע 1999
קאָאָרדינאַטן 31°57′24″N 35°07′04″E / 31.956661°N 35.117719°E / 31.956661; 35.117719 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
הייך 560 מעטער

 ‑ אין התנחלות

22‏  (שטייענדיג 2020)

זית רענן איז א אומאפיציעלע התנחלות אין דעם ישובים-בלאק ביי טלמון (גערופן "גוש טלמונים") אין דער מערב ברעג, וואס געהערט צו דער מטה בנימין ראיאנאלער ראט. עס ווערט אפיציעל באטראכט ווי א קווארטל פונעם דערנעבנדיגן ישוב נריה.

געאגראפיע

די התנחלות געפינט זיך אויף א הייך פון בערך 560 מעטער אויפן דרום-מערב עק פון דעם בערגיגן שפיץ פון שומרון. עס ליגט בערך 22 קילאמעטער צו צפון-מערב פון אלטשטאט ירושלים, בערך 10 קילאמעטער צו צפון-מערב פון ראמאללא, און בערך 35 קילאמעטער צו דרום-מזרח פון תל אביב'ס צענטער.

דאס דערפל איז פארבונדן צום וועגן-נעץ פון מערב-ברעג דורך שאסיי 450, וואס גייט דורך ביים צפון זייט און פארבינדט די פארשידענע ישובים אין דעם טלמון בלאק.

זית רענן ליגט אין א שטארק באזעצטן צענטראלן טייל פון שומרון, וואו עס שטויסן זיך אן פאלעסטינישע דערפער מיט אידישע התנחלויות. עס געפינט זיך אויפן מערב זייט פון דעם טלמון-דולב בלאק, וואס פארמירט א טעריטאריאל-פארבינדענע נעץ פון התנחלויות.

נישט ווייט פון זית רענן געפינט זיך די דולב נאטור רעזערוואציע.

נאמען

די התנחלות האט באקומען דעם נאמען אין אנדענק פון הרב שלמה רענן, וועלכער איז גע'הרג'עט געוואָרן דורך אַן אַראַבישן טעראָריסט אין חברון. דער נאמען באציט זיך אויך צום פסוק: "זַיִת רַעֲנָן יְפֵה פְרִי-תֹאַר קָרָא ה' שְׁמֵךְ"[1].

געשיכטע

דער געדאנק צו גרינדן א נייע התנחלות האט זיך אנגעהויבן שוין אין זומער פון 1997, נאכן מארד פון הרב שלמה רענן. זיין טאכטער ציפי שליסל, וואס האט געוואוינט אין דער דערנעבנדיגער התנחלות נריה, האט אנגעהויבן פלאנירן א נייעם ישוב לזכר איר טאטן. זית רענן איז געגרינדעט געווארן אין מערץ 1999, ווען די ערשטע צוויי משפחות האבן זיך אהין באזעצט, לעבנדיג אין אנהייב אין שווערע צייטווייליגע באדינגען[2].

א באריכט פון דער ארגאניזאציע "שלום עכשיו" פון 2007 זאגט אז כמעט 53 פראצענט פון דער התנחלות שטייט אויף לאנד וואס איז פריוואט אייגנטום פון פאלעסטינער[3].

דעמאגראפיע

פינקטליכע ציפערן וועגן דער צאל איינוואוינער זענען נישט פארהאן, ווייל אפיציעל איז עס נישט קיין זעלבסטשטענדיגע געמיינדע, כאטש אין דער אמת'ן פארמאגט זית רענן אן אייגענע מיטגלידערשאפט אין דער מטה בנימין ראיאנאלע ראט. אין 2007 זענען געווארן אויסגערעכנט 40 פערמאנענטע איינוואוינער. דער אינטערנעט זייטל פון מועצת יש"ע רעגיסטרירט 20 משפחות אין זית רענן[2]. צוויי משפחות וואוינען אין געבויטע בנינים, און די איבריגע אין קאראוואנען. אין זית רענן איז אויך פארהאן א שול און א שווים באסיין, וואס ווערט ארויסגעדונגען פאר גרופעס אדער משפחות.

רעפערענצן

טיילן פון דער בלאט זענען מעגליך איבערגעזעצט פון טשעכיש וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער