רוי:רבי אברהם מאנדרער

ווערסיע פון 22:11, 27 יוני 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "קאסאוו" ב־"קאסוב")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

הרב אברהם מאנדרער איז דער קאסובער רבי פון לאנדאן, רב פון ביהמ"ד קאסוב, און נשיא ממלכת החסד בית קאסוב אין סטעמפארד היל, לאנדאן, וואס איז א הכנסת אורחים וואס גיבט צו עסן פאר ארעמעלייט און נצרכים שבת יו"ט און דורכן וואך.

ביאגראפיע

רבי אברהם איז געבוירן געווארן אין ירושלים, דער יונגסטער זון פון רבי מנחם מענדל מאנדרער, אן אייניקל פון רבי אלטער מנחם מענדיל שפירא, איידעם פון רבי חיים האגער, צווייטער קאסובער רבי, און מרת אלטע רחל (בריזל).

אין יאר תשנ"א האט ער חתונה געהאט מיט מרת רבקה צירל, די עלסטע טאכטער פון משה שמואל ראטנבערג, קאסאנער רבי פון לאנדאן.

זיין געוואוינהייט צו העלפן יודן אזוי קומט פון זיין טאטע'ן רבי מנחם מענדל, וואס האט אנגעפירט די הכנסת אורחים-קאסוב אין ירושלים לאנגע יארן; אויך איז זיין שווער אן אייניקל פון רבי ישעי'לע קעריסטירער.

ר' אברהם איז גאר א פרייליכער באליבטער מענטש, א פאפולערער שדכן, און איז אריין געמישט אין גאר אסאך עסקנות אין שטאט, ווער עס דארף נאר הילף אדער א טובה ווייסט מען אז מען קען זיך ווענדן צו ר' אברהם.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!