רוי:רבי ישעיה נפתלי הירץ שפירא

ווערסיע פון 00:05, 24 יוני 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון רוי:הנותן אמרי שפר)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי ישעיה נפתלי הירץ שפירא זצ"ל (ה'תקצ"ח - ד' סיון ה'תרמ"ה), רב אין דינוב.

אפשטאם

רבי ישעיה נפתלי איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ח (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב רבי דויד שפירא, רב אין דינוב, א זון פון רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת רחל מינא.

רבנות

נאך זיין פאטערס פטירה אין יאר ה'תרל"ד איז רבי ישעיה נפתלי געווארן רב און רבי אין דינוב אויף זיין פאטער'ס ארט. ער איז געווען זייער אן אפגעשוואכטער מענטש, דאך האט ער זיך מיטגעטיילט מיט יעדן איינעמס פראבלעמען. רבי ישעיה נפתלי פלעגט דאווענען מיט שטארקע געשרייען און מיט א פלאם פייער. ווען רבי ישעיה נפתלי איז געווען ביים צאנזער רב האט דער צאנזער רב געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן קוקן אויף רבי ישעיה נפתלי, מ'קען פון אים שעפן יראת שמים.

הסתלקות

רבי ישעיה נפתלי איז נפטר געווארן יונגערהייט ד' סיון ה'תרמ"ה. ביי חסידים האט מען געזאגט אז זיינע קישקעס זענען פארברענט געווארן פון זיין גרויסן ברען. זיין ברודער דער בלאזשאווער רב האט געזאגט ווען רבי ישעיה נפתלי וואלט געהאט קעגנערס אזוי ווי ביי אים וואלט ער לענגער געלעבט.

פאמיליע

רבי ישעיה נפתלי האט געהייראט מרת אדל רבקה, א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) רבי אלעזר שפירא פון לאנצהוט, זייערע קינדער:

זיין ספר

רבי ישעיה נפתלי האט אליין פארשריבן דעם ספר הנותן אמרי שפר על התורה, און מועדים.

עס פארמאגט אן הסכמה פון רבי יהושע רוקח, דער בעלזער רב.

עס איז ארויסגעקומען צעטיילט אין צוויי חלקים:

  • פרעמישלא ה'תרמ"ח, ערשטער טייל, ארויסגעגעבן דורך זיין איידעם רבי יוסף שפירא רב אין דינאוו.
  • פרעמישלא ה'תר"ן, צווייטער טייל.

אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר הנותן אמרי שפר פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אן אנדער אויסגאבע.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!