באַניצער:שווערמער/האט איר געוואוסט

< באַניצער:שווערמער
ווערסיע פון 22:47, 18 יוני 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אריין אין מארגנדיגע מוסטער, ייש"כ)
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון שווערמער.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון שווערמער.

דער גרעסטער נומער וואס מען קען ארויסשרייבן אין רוימישע צאל אויף די געווענליכע שטייגער איז 3,999,999; מען שרייבט עס MMMCMXCIXCMXCIX.

די שילדערונגען אין די פסוקים איבער דער שלעכטער גייסט וואס פלעגט פלאגן שאול המלך האט געברענגט פסיכאלאגן צו פרובירן קליניש צו דיאגנאזירן שאול. אין ילקוט מעם לועז, ווי אויך אין מלבי"ם ווערט געברענגט אז שאול האט געליטן פון מעלאנכאליע (מרה שחורה).

דער ניגון פון אקדמות שטאמט בפשטות פונעם מחבר אליין, זייענדיג פארשפרייט איבעראל וואו מען זאגט דעם פיוט. דער ניגון זעלבסט דרוקט אויס בענקשאפט; די תנועות פונעם ניגון זענען היבש ענליך צו די טעמי המקרא, וואס פאסט דאס זאגן אינמיטן ליינען.

רבי יהושע בן חנניה מיט די אנדערע חכמים זענען געפארן קיין רוים אין צוויי באזונדערע געלעגנהייטן. דער ערשטער איז געווען ארום צען יארן נאכ'ן חורבן, פארנדיג צו שתדל'ען ביים דעמאלטדיגן קייסער טיטוס; דער צווייטער מאל איז געווען 25 יאר נאכ'ן חורבן, אין די צייטן פונעם קייזער נערווא.

דער אויסדרוק "מרה שחורה" שטאמט פון דער מעדיצינישער שיטה פון גאלען, און זיין טעאריע פון פיר פלעגמעס – "ארבע ליחות" – וואס אורזאכן אלע קרענק: מרה שחורה, מרה לבנה (שליים), מרה אדומה (בלוט), און מרה ירוקה (גאל).









רעפערענצן