רוי:האריקעין סענדי

ווערסיע פון 16:37, 3 יוני 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט רוי:הוראגאן סענדי צו רוי:האריקעין סענדי)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

הוראַגאַן סענדי (ענגליש: Hurricane Sandy) איז געווען א טראפישער ציקלאן וואס האט אנגערירט טיילן פון די קאראאיבן, מיטל־אטלאנטישן אקעאן און צפון־מזרח פאראייניגטע שטאטן סוף אקטאבער 2012, און איז געווארן דער גרעסטער אטלאנטישער הוראגאן אין דיאמעטער, מיט ווינטן פארשפרייט 1,100 מייל (1,800 ק"מ).[1][2] דער שטורעם האט אנטוויקלט דעם 22סטן אקטאבער פון א טראפישער כוואליע אינעם מערב קאראאיבישן ים. ער איז אינגיכן געווארן גרעסער און נאך זעקס שעה איז ער געווארן א טראפישער שטורעם. ביסלעכווייז האט סענדי גערירט צו צפון אין די גרעסערע אנטילן. דעם 24סטן אקטאבער איז סענדי אנגקעומען אין דזשאמייקע און איז דעמאלסט שוין געווען א הוראגאן. דערנאך איז סענדי אנגעקומען אין קובא וואו ער איז געווארן א קאטעגאריע 2 הוראגאן.

דעם 25סטן אקטאבער האט סענדי זיך אפגעשוואכט צו א קאטעגאריע 1 הוראגאן. דעם 26סטן אקטאבער האט דער וואשינגטאן די סי בירגערמייסטער ווינסענט גריי אויסגערופן אן עמערגענץ מצב פאר דער הויפטשטאט, און דעם זעלבן טאג האב די גובערנאטארן פון קאנעטיקוט, מאסאטשוסעטס, ניו יארק, פענסילוועניע און ווירדזשיניע אויך אויסגערופן אן עמערגענץ מצב. דעם 29סטן אקטאבער איז סענדי אנגעקומען קיין ניו דזשערסי און ניו יארק, וואו ס'זענען געווען גרויסע היזקים.

253 מענטשן זענען געהרגעט געווארן: פון זיי 131 אין די פאראייניגטע שטאטן און 104 אין האיטי.

רעפערענצן

  1. "Sandy Brings Hurricane-Force Gusts After New Jersey Landfall". Washington Post. Retrieved ‏30סטן אקטאבער 2012. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  2. "Sandy Becomes Largest Atlantic Storm on Path to Northeast". San Francisco Chronicle. Retrieved ‏30סטן אקטאבער 2012. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!