רבי אליעזר צבי סאפרין

דריטער קאמארנער רבי (תק"צ–תרנ"ח)
ווערסיע פון 21:19, 31 מאי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק ועוד)

רבי אליעזר צבי סאפרין (גערופן: רבי אליעזר'ל קאמארנער) (ה'תק"צכ"ד אייר ה'תרנ"ח) איז געווען דער דריטער קאמארנער רבי, מחבר פון ריייע קבלה און חסידישע ספרים, די באווסטע פון זיי "דמשק אליעזר" און "זקן ביתו".

קאמארנא רבי
רבי אליעזר צבי סאפרין
זיין נייעם געבויטע ציון (צווייטע פון רעכטס) אינעם אוהל הקדוש אין שטאט קאמארנא
זיין נייעם געבויטע ציון (צווייטע פון רעכטס) אינעם אוהל הקדוש אין שטאט קאמארנא

תולדות חייו

רבי אליעזר'ל איז געבוירן אין שטאט סאמבור צו זיין טאטע רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל און צו זיין מוטער גיטל, טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינשטעוו, א תלמיד פונעם רעבן פון לובלין, רבי יעקב יצחק. אלס יונדל האט ער זיך אריינגעלייגט אין תורת הקבלה, און געלערנט אינאיינעם מיט זיין טאטע ברזי הנסתר.

אין יאר תר"א האט ער חתונה געהאט מיטן רעבעצן חנה שרה[1], טאכטער פון רבי יוסף שעהנר א איידעם פונעם מגיד רבי מנחם מאניש פון דרוהוביטש ייניקל פון רבי נתן נטע שפירא (דער 'מגלה עמוקות').

ער האט זיך מדבק געווען צו זיין פעטער רבי משה סאמבורער, בעל 'תפילה למשה' און צו זיין זון רבי יהודה צבי, דער ראזלאר רב בעל 'דעת קדושים', און צו זיין קאזן רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשויב.

ביום ח' באייר תרל"ד, צוויי טאג איידער זיין טאטנס פטירה, האט זיין טאטע איבערגעגעבן א צוואה פאר זיין רעבעצן חנה שרה, בנוגע די המשך ההנהגה: "מיין זון רבי אליזער'ל זאל זיצן אויף מיין פלאץ, און ער איז ראוי צו ממלא מקום זיין און ממשיך זיין די שושלת הקודש, און מען זאל איהם אנטוהן מיט ווייסע קליידער, כמנהג תלמידי הבעל שם טוב".

טאקע נאך רבי אייזיקל'ס פטירה האבן די חסידים איהם אופגענומען אלס רבי. אין אנהייב פון די הנהגה איז ער געפארן קיין סאנז, צום צאנזער רב, רבי חיים האלבערשטאם.

ער איז נסתלק געווארן ביום כ"ד באייר ה'תרנ"ח, און ער איז באגרובן געוארן לעבן זיין טאטנס ציון אין דעם בית חיים אין קאמארנא.

ביים שואה איז די בית החיים צובראכן געווארן דורך די נאצים, און אין יאהר תשנ"? איז בהשתדלות רבי משולם פייש לאווי, דער טאהשער רבי, אופגעבויט געווארן א אהל מיט זיין מצבה, צוזאמען מיט זיין טאטעס מצבה און זיין זון רבי יעקב משה, און זיין אייניקל רבי ברוכ'ל קאמארנאר.

נאך זיין פטירה האט ממשיך געווען די הנהגה זיין זון רבי יעקב משה.

צאצאיו

ספריו

  • דמשק אליעזר, א פירוש אויפן זוהר הקדוש, זיבן בענדער.
  • בן ביתי על התורה וחמש מגילות.
  • בן ביתי אויף תהילים.
  • זקן ביתו אויף פרקי אבות.
  • אור עיניים מפתח לערכי הקבלה בסדר א-ב, 2 חלקים. מהדורה מחודשת עם הוספות מכתב יד, תש"פ.

לקריאה נוספת

  • הרב ישראל פרנקפורטר, "שפע ברכה והצלחה", אינעם ספר: שלשלת קאמארנא, עמ' קס"ב-ר"נ, ירושלים תשס"א.
  • יעקב הייזלר, אור מופלא במלאת מאה ועשרים שנה להסתלקותו, המבשר-תורני, בהר, י"ט באייר תשע"ח, עמ' ד-ז

קישורים חיצוניים

מספריו:

רעפערענצן

  1. נפטרה בב' בשבט תר"ן