רוי:אייראפעאישע אטאמישע ענערגיע געמיינדע

די אייראפעאישע אַטאָמישע ענערגיע געמיינדע, אָדער אין קורצן אייראַטאָם, איז אַן אינטערנאציאנאלע אָרגאַניזאַציע מיט דעם ציל צו העכערן דאס פרידליכע ניצן פון אטאמישער ענערגיע.

אייראַטאָם באשטייט דורך מיטגלידער פון דעם אייראפעאישן פארבאנד. די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געווארן דעם 25סטן מערץ 1957 דורך דעם אפמאך פון רוים ווען די אייראפעאישע עקאָנאָמישע געמיינדע איז געווארן געגרינדעט.

די אייראפעאישע אַטאָמישע ענערגיע געמיינדע איז אַ באַזונדערע אָרגאַניזאַציע, אָבער די מיטגלידערשאַפט און אָרגאַניזאַציע איז אינגאַנצן אינטערגרירט (ארבעט צוזאמען) אין דעם אייראפעאישן פאַרבאַנד.

אום 1טן יאנואר 1958 איז אריינגעקומען אין קראַפט דער אפמאך פון רוים.


אַלע לענדער וואָס ווערן פאַרבינדן אין דעם אייראפעאישן פאַרבאַנד שרייבן אונטער דעם אפמאך פון רוים און אויטאָמאַטיש ווערן זיי מיטגלידער פון אייראַטאָם.


דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!