רוי:גרופע 8

אכט פון דער וועלטס גרעסטע עקאנאמיעס פון אנטויקלטע לענדער
גרופע 8
G8 לענדער
Flag of Canada.svg קאנאדע
פרעמיער מיניסטער זשאסטין טרודא
Flag of France.svg פראנקרייך
פרעזידענט עמנואל מאקראן
Flag of Germany.svg דייטשלאנד
קאנצלערין אנגעלא מערקל
Flag of Italy.svg איטאליע
פרעמיער מיניסטער פאאלא דזשענטילאני
Flag of Japan.svg יאפאן
פרעמיער מיניסטער שינזא אבע
Flag of Russia.svg רוסלאנד (סוספענדירט)
פרעזידענט וולאדימיר פוטין
Flag of the United Kingdom.svg פאראייניגטע קעניגרייך
פרעמיער מיניסטער טערעזא מיי
Flag of the United States.svg פאראייניגטע שטאטן
פרעזידענט דאנאלד טראמפ
G8 זאמלונג אין טאקיא אין 2008. פון לינקס צו רעכטס: סילוויא בערלוסקאני פרעמיער מיניסטער פון איטאליע, דמיטרי מעדוועדעוו פרעזידענט פון רוסלאנד, אנגעלא מערקל קאנצלערין פון דייטשלאנד, גארדאן בראון פרעמיער מיניסטער פון בריטאניע, יאסוא פוקודא פרעמיער מיניסטער פון יאפאן, דזשארדזש וו. בוש פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, סטיוון הארפער פרעמיער מיניסטער פון קאנאדע, ניקאלא סארקאזי פרעזידענט פון פראנקרייך און זשאסע מאנועל באראסא פרעזידענט פון דער אייראפעאישער קאמיסיע

די גרופע פון אכט (The Group of Eight - G8) איז אן אינטערנאציאנאלע עקאנאמישע ארגאניזאציע וואס שליסט איין: די פאראייניגטע שטאטן, רוסלאנד, קאנאדע, יאפאן, דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און דאס פאראייניגטע קעניגרייך. די לענדער צוזאמען רעפרעזענטירן עטליכע 65% פון דער וועלטס עקאנאמיע. די ארגאניזאציע דעבאטירט א ברייטן אויסוואל פון טעמעס אין די געביטן פון עקאנאמיע, פאליטיק און געזעלשאפט ביי זייערע פארשידענע זאמלונגען.

גרינדונג

די ארגאניזאציע האט מען ערשט אויפגעשטעלט נאכן ענערגיע קריזיס אין די 1970ער יארן און דעם עקאנאמישן קריזיס וואס האט נאכגעפאלגט. די זעקס גרינדער לענדער זענען געווען די פאראייניגטע שטאטן, יאפאן, מערב דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און בריטאניע, און איז צוזאמענקומען צום ערשטן מאל אין פראנקרייך אונטערן נאמען G6. אין 1975 איז פארגעקומען די ערשטע שפיצקאנפערענץ צווישן די פירער פון די דאזיקע זעקס לענדער. ווען קאנאדע האט מיטגעטיילט אין 1976, איז די גרופע געווארן די G7. אין 1997 ווען האט רוסלאנד זיך איינגשלאסן ווי א פולער מיטגליד ביי דער קאנפערענץ אין דענווער, קאלאראדא, האט די ארגאניזאציע באקומען איר היינטיגן נאמען.

אין 2014 נאך וואס רוסלאנד האט אנעקסירט דעם קרים האלבאינזל פון אוקראינע האט מען אים אויסגעשלאסן פונעם סאמיט, און עס איז צוריקגעווארן די G7 סאמיט.

דרויסנדע לינקס

  דער ארטיקל בנוגע עקאנאמיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!