רוי:רבי אריה האלבערשטאם

ווערסיע פון 17:49, 23 מאי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:אריה האלבערשטאם צו רוי:רבי אריה האלבערשטאם)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי אריה האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרמ"ח - ח' אלול ה'תש"ג), פון גארליץ (חסידות)

אפשטאם

רבי אריה איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ח, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת שרה שיינא די טאכטער פון הרב מרדכי שניאור זלמן שניאורסאהן רב אין זיטאמער.

רבנות

רבי אריה איז געווען א תלמיד פון הרב פנחס יהושע בומבאך רב אין אושפצין, ער האט אין זיין יוגנט אנגעווארפן פארשידענע רבנות פארשלאגן. רבי אריה איז געוואן דער פרעזידענט פון אגודת ישראל אין גארליץ (חסידות), ער איז געווען די רעכטע האנט פון דעם רב אין גארליץ אין זיין קאמפף קעגען די אויפגעקלערטע ווינטן.

הסתלקות

רבי אריה איז אומגעקומן אויף קידוש השם ח' אלול ה'תש"ג.

פאמיליע

רבי אריה האט געהייראט מרת הענטשא, א טאכטער פון הרב מנחם מענדל פרנס א זון פון דעם צאנזער רב'ס פערטע רביצין. זייערע קינדער:

  • מרת רבקה, די ווייב פון הרב שמואל אברהם זעלטענרייך, טשאקאווער רב פון ניו יארק.
  • מרת פעריל, די ווייב פון הרב מרדכי האלבערשטאם, א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין פיקעלי א זון פון הרב נפתלי צבי הירש האלבערשטאם, רב אין גלוסק און פיקעלי.
  • הרב דוד האלבערשטאם, פון מאנטריאל, ער האט געהייראט מרת פערל. זייערע טעכטער:
    • מרים.
    • שרה.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!