אjאב מלך פון ישראל אין די צייטן פון ערשטען בית המקדש (געקיניגט לערך אין די יאָרן 854–875 פאר דער געוויינלעכער צייט־רעכנונג). אין יענע צייטן זענען אין ארץ ישראל געווען צוויי יידישע מלוכות, איינע פון "מלכות יהודה" און די צווייטע די "מלכות ישראל" מיט דער קעניגלעכער רעזידענץ אין שומרון. אחאב איז געווען איינער פון די שטארקסטע הערשער פון מלכות ישראל. ער האָט געפירט מלחמות מיט די שכנותדיקע מלוכות ארם און דמשק און האָט זיי באזיגט. דערנאָך האָט זיך ווידער אָנגעהויבן א מלחמה צוישן אחאב און ארם און אין דער מלחמה איז אחאב געפאַלן טויט פון א פייל וואָס אויף אים האָט געשאָסן א סאָלדאט פון ארמס מיליטער. וועגן אחאב ווערט אויך דערמאָנט אין די פלעקל־שריפטן, וואָס מען האָט אין די לעצטע צייטן געפונען אין אשור און בבל. פון לערך אחאבס צייטן שטאמט אויך דער באריהמטער דענקמאָל, דער "שטיין פון מישע מלך מואב", וואו עס ווערט דערציילט, אז דער קעניג מישע פון לאנד מואב האָט מורד געווען אין מלכות ישראל און זיך אָפּגעריסן.

אחאב מלך ישראל איז באקאנט אין דער יידישער געשיכטע נישט אזוי פיל מיט זיין אויסערלעכער פּאָליטיק און מלחמות, ווי מיט דעם אינערלעכן רעליגיעזן קאמף, וואָס איז אין זיין צייט געפירט געוואָרן אין קעניגרייך ישראל. ועגן דעם דאָזיקן קאמף ווערט דערציילט אין ספר מלכים א' קאפּיטל ט"ז, י"ז און ווייטער ביז צום סוף פון מלכים א'. פון ספר מלכים איז צו זען, אז פריער האָט אויך אין קעניגרייך ישראל געהערשט די יידישע רעליגיע, און הגם דער ספר מלכים טרעט ארויס אויך קעגן די פריערדיקע הערשער פון ישראל, פארוואָס זיי האָבן געזינדיקט, אָבער אין אלגעמיין האָט מען געדינט צום גאָט פון יידישער רעליגיע. ערשט אחאב מלך ישראל האָט געמאכט א רעליגיעזע איבערקערעניש. ער האָט חתונה געהאט מיט איזבל, דער טאָכטער פון פעניצישן מלך, און אזוי ווי אין פעניציע האָט געהערשט די רעליגיע פון אָפּגאָט "בעל", האָט אויך אחאב אָנגענומען די דאָזיקע בעל־רעליגיע, און האָט זי גענומען איינפירן אין די שטעט פון מלכות ישראל. ער האָט אין דער הויפּט־שטאָט שומרון אויפגעשטעלט א מובח פאר "בעל", און האָט איינגעפירט ספּעציעלע "כהנים" און "נביאים" פאר דעם בעל (די "כהני הבעל" און די "נביאי הבעל"), און אונטער דעם איינפלוס פון איזבל האָט ער געלאָזט טויטן די נביאים פון דער יידישער רעליגיע (נביאי ה'). קעגן דעם האָט אָנגעהויבן א קאמף דער פירער פון די יידישע נביאים, אליהו הנביא. וועגן דעם קאמף ווערט דערציילט אין ספר מלכים אין די דערמאָנטע קאַפּיטלעך פיל ספּורים, ווי אזוי אלס שטראָף פאר די זינד האָט אין מלכות ישראל נישט גערעגנט און עס איז געוואָרן א הונגער, און אז אליהו הנביא האָט אין דער אנועזנהייט פון אחאב מלך ישראל דורך פייער פון הימל באוויזן, אז "ה' הוא האלהים", (דער יידישער גאָט איז גאָט), און ווי אזוי אליהו האָט געהייסן טויטן די נביאי הבעל, און ווי ער האָט דערנאָך געמוזט אנטלויפן ווייל איזבל האָט אים געוואָלט טויטן. אין ספר מלכים ווערט אויך דערציילט וועגן אנדערע שלעכטע מעשים, וואָס אחאב האָט אָפּגעטאָן אונטער דעם איינפלוס פון זיין ווייב איזבל, ווי דאָס טויטן דעם יידישן גוט באזיצער נבות, כדי ביי אים צוצונעמען זיין גאָרטן. ענדלעך ווערט דערציילט אין ספר מלכים ווי אחאב איז געטויט געוואָרן אלס שטראָף פאר זיינע זינד, און ווי נאָך זיין טויט האָבן די יידישע נביאים אָרגאניזירט א רעוואָלוציע קעגן אחאבס קינדער, און דערקלערט דעם מיליטער־פירער יהוא בן נמשי אלס מלך, און ער האָט געטויט איזבל און אחאבס קינדער וי אויך די נביאי הבעל.

וועגן אחאב ווערט דערציילט אין מלכים א' כ"ב אז ער האָט געבויט פיל שטעט און אויך א "בית השן" (א העלפאנטביין־פּאלאץ. אין די לעצטע יאָרן (1908–1910) האָט מען געגראָבן אין ארץ ישראל אויף דעם ארט וואו עס איז אמאָל געשטאנען שומרון און מען האָט געפונען שפּורן פון דעם דאָזיקן פּאלאץ פון אחאב און אויך פיל כלים, וואָס שטאמע פון יענע צייטן.