פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ חיבוריו, מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי יקותיאל יהודה מייזליש
געבורט ה'תר"צ (יארגאנג: 94 בערך)
מדינה ניו יורק
טעטיגקייט אָרט סי גייט
השתייכות חסידות
תחומי עיסוק רב עיר
חתנים הרב יוסף צבי דושינסקיא

רבי יקותיאל יהודה (רבי זלמן לייב) מייזליש איז געווען א חסידישען' רב און א בעל דרשן, ער האט געדינט פאר צענדליגע יאהרן אלטס רב פון דער סיגעייט'ער שטעטיל אין ברוקלין ניו יארק. מחבר פון דו ספרים "בנין יקותיאל" און "זר זהב".

ביאגרפייע

ער איז געבוירן ל' בשבט תר"צ אין ניימארק צו זיין פאטער רבי צבי הירש וואס האט דאן געדינט אלס רב פון שטאט, און צו זיין מאמע הענא זיסל טאכטער פון רבי חיים יעקב טייטעלבוים[1] לימינעוו'ער רב - איידעם פון רבי שלמה האלבערשטאם מבאבוב. ביים ברית איז ער גערופן געווארן נאכן זיידען דער סיגעט'ער רב. אין יאהר תר"צ האט זיך זיין משפחה אריבער געצויגן קיין ווייטצען ווי זיין פאטער איז אויף גענומען אלס רב פון שטאט. אלס בוחער האט ער געלערנט אין זיין זיידען רבי דוד דוב מייזליש'ס ישיבה אין אוהעל. רבי דוד דוב איז געווען אן איידעם פון רבי יוסף משה טייטלבוים או אייניקעל פון הייליגען ישמח משה - און איידעם פון רבי דוד'ל קשאנעוו'ער - צאנז'ער רב'ס איידעם.

אלס יוגענט האט ער זיך בייקאנט מיט רבי שלום אליעזר'ל ראצפערט'ער, ביים קומען נאך קוקן דעם קלויזענבורג'ער רבס זוהן - ליפא'לה. וואס איז געווען געטרוגען צו זיך משדך זיין מיט רבי זלמן לייב'ס שוועסטער[2].

אין שואה

אין יאהר תש"ד לערנדיג אין אוהעל'ער ישיבה איז ער געכאפט געווארן דארעכן נאצים ימ"ש און ער איז געשיקט געווארן צום געטא[3] אינאיינעם מיט זיין זיידע רבי דוד דוב און זיין באבע רויזא בלומא. רבי זלמן לייב האט מצליח געווען צו אנטלויפן קיין ווייצטען און זיך צוריק קערן צו זיין עלטערן'ס הויז. נאך א קארצען וויילע איז ער צוריק געכאפט געווארן אינאיינעם מיטן גאנצען משפחה און דו ארטיגע וואיינערס קיין בודאפעשט, נאך צוויי וואכן זענען זיי גענומען געווארן צום אושוויץ'ען לאגער. דארטן איז ער אריינגענומען צום "קינדער לאגער". ערב ראש השנה איז ער גענומען געווארן צוזאמען מיט נאך אסאך קינדער און עלטער פון יאהר 14 - 18 צום סעלעקצייע און גענומען געווארן צום טויט. ער איז געראטעוועט געווארן און אין א דרך נס איז ער נישט גענומען געווארן צום טויט, ער איז געשיקט געווארן צו ארבעטן אין דעם קאך פונעם לאגער און דארטן האט ער זיך מוסר נפש געווען צו ברענגען עסען פאר זיין טאטע און פאר נאך יודען.

ביים יום טוב סוכות האט ער געגעסן מיט מסירות נפש א כזית אין א סוכה וואס זיין פאטער האט געבויט דארטן אין דעם לאגער, ער איז געשלאגען געווארן מערדעליכע קלעפ און בנס איז ער געבליבן לעבן[4]. נאך א תקופה איז ער מיט נאך פופציג יודען גענומען געווארן צום טראנספארט צו ארבעט לאגערס אין דייטשלאנד און ער איז געבליבן לעבן.

אין אמעריקע

נאכן שואה האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקע און ער איז געווען פן דו ערשטער תלמידים ביים באבובער ישיבה וואס רבי שלמה האלבערשטאם, דער פריערדיגער באבובער רב האט אויף געשטעלט גלייך נאכן קרוג. פון דאן אן האט ער זיך פארבונדען צו רבי שלמה'לה עד סוף ימיו. דעמאלס האט ער זיך אויך געדרייט ביים סאטמארן רבי'ן רבי יואל טייטעלבוים, וואס האט איהם מקרב געווען. ווען זיין טאטע דער ווייטצנער רב האט זיך אריבער געצויגן קיין שיקאגא און אויף גענומען אלס הארטיגער חרדישער רב, איז ער אריבער צוזאמען מיט איהם, ער האט דעמאלס געדונט אלס א מגיד שיעור און מלמד און דו הארטיגע חרדישער תלמוד תורה. אזוי אויך האט ער אויפגעשטעלט א בית מדרש. כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיטן רעבעצ'ן לאה רילא טאכטער פון רבי בנימין חיים פעלדמאן, א תלמיד פון רבי מאיר שפירא דער לובלינער רב, און שווער בזיווג שלישי פונעם ירושליימער רב רבי יצחק טוביה ווייס. נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין קראון הייטס, נעבן דעם ליובאוויטשער צענטער אויף 770[5], ער האט דארט אויפגעשטעלט א בית מדרש אין זיין הויז. נאך עטליכע יאהר האט ער זיך געצויגן קיין בארא פארק און אויפגעשטעלט א בית מדרש אויפן 18סטע עוועניו[6].

אין יאהר תשל"ז איז ער אויפגענומען אלס רב פון דו חרידישע קהילה אין סיגעייט, נאכן זיך דארעך רעדן מיטן סאטמארן רבי'ן, און אין יאהר תשל"ח האט ער זיך ענדליך באזעצט דארט און אנגעפירט זיין שיינע בית מדרש און קהילה לשם ולתפארה עד סוף ימיו. ער האט דארטן עוסק געווען אין כשרות אוקטעוויטעייטן, מקוואות און נאך פארשידענע אידישקייט באדערפענישן.

נאכן הוריקן סנדי אין יאהר 2012, ווען דאס סיגעייטער שטעטל איז חרוב געווארן, האט ער שטארק געטהון צו דאס אויפשטעלן פון דאס ניי, און אין דער מיט אהער ברענגען דו ארטיגע אידן וואס זענען אנטלאפן[7].

ער איז געווען נאנט צו רבי חיים זנוויל אברמוביץ' פון ריבניץ, וואס האט א תקופה קובע מקום געווען מושבו אין סיגעייט[8][9].

הרב מייזליש איז געווען ברייט באקאנט מיט זיין נועם לשון, ער האט אסאך אויפגעטראטן מיט דרשות און סיפורי צדיקים, בעיקר פאר קינדערליך, וואס האבן געטרונקען מיט דארשט זיינע פערל-ווערטער.

ער איז נפטר געווארן ביום כ"ד אדר א' תשפ"ד און ער איז בייערדוגט געווארן אינעם סאטמארן חלקה אויף ניו דזערזשי. אלס ממלא מקומו ברבנות איז אויפגענומען געווארן בנו הגדול רבי דוד דוב, וואס איז שוין אין דו לעצטע יאהרן געשטאנען לימין אביו הגדול מיט דו רבנות שאפט און אויך געדנוט אלס רב הצעיר ד"קהל יראים" סיגעייט[10].

זיינע ספרים

  • בנין יקותיאל - אויפן ספר "מילי דמיטב", פון זיין זיידען רבי משה יוסף טייטעלבוים אב"ד אועהל (- וואס ער האט דאס צוריק אהער געברענגט צום דריק)[11]. בשנת תשכ"ב האט ער באקומען אויף דעם א הסכמה פוןנעם טשעבין'ער רב.
  • זר זהב - אויפן ספר "אור דוד" א ביאור אויף מגילת אסתר אין "ריח דודאים" אויף הגדה של פסח, פון זיין זיידען רבי דוד דוב מייזליש (- וואס ער האט ארויס גענומען אין יאהר תשכ"ח)[12]
  • ער האט אהער געברענגט צום דריק דעם ספר "אגרא דפרקא" פון רבי צבי אלימלך מדינוב, מיט זיין טאטען'ס הערות אין נאמען "אגרא דצבי"[13].

משפחתו

זיין יונגע מיידל ריזל ברכה איז נפטר געווארען בחייו.

  • זיין שוואגער גאב"ד ירושלים רבי יצחק טוביה ווייס.
  • זיין שוואגער דער מונטיוודאו רב רבי חנינא אברהם לייטנער.
  • בנו ממלא מקומו רבי דוד דוב דער נייער געקרוינטער סיגעייטער רב, מחבר ספרי "פאר דוד" "אוצר השבת" ו"אוצר המועדים".
  • בנו רבי יעקב שלמה, אב"ד לימנוב, משפיע ודרשן מפורסם[14]. ער איז חתונה געהאט צו יוכבד אסתר, טאכטער פונעם פאפער רב רבי יוסף גרינוואלד פון פאפא.
  • בנו רבי שמעון זאב, רב בית המדרש "ישמח משה" און שכונת ברך משה אין קריית יואל. חתונה געהאט צו הינדא, טאכטער פון רבי אהרן טייטלבוים פון סאטמאר.
  • בנו רבי יוסף משה, דער לאסקער רב.
  • בנו רבי פנחס מרדכי, דומ"צ סיגעייט.
  • בתו הענא זיסל, חתונה געהאט צו רבי יעקב אליהו אונסדארפער, גאב"ד וראש ישיבת ראשית חכמה מונטריאול, זון פון רבי שמואל אלכסנדר.
    • חתנו הרב מאיר משולם האלבערשטאם, יונגסטער זון פון רבי צבי אלימלך פון צאנז.
  • חתנו רבי יחזקאל מייזליש, אב"ד אוהעל.
  • בתו מרים ביילא, חתונה געהאט צו רבי יחזקאל הורוויץ, רב קהל קנין תורה שטראסבורג אין פלעטבוש, זון פון רבי אברהם דוד.
  • בתו חיה שיינדל, חתונה געהאט צו רבי יוסף צבי דושינסקיא.
  • בתו יוכבד רחל, חתונה געהאט צו רבי אברהם יהודה לעוו, אב"ד וראש ישיבת 'תפארת אליעזר' אין בארא פארק,
  • בתו אסתר עכסא, חתונה געהאט צו רבי אשר אנשיל שעהר, אב"ד קלעסאן, מחבר ספר "בנה ביתך".

ליינט מער

דרויסנדע לינקס

הערות שוליים

  1. זוהן פון רבי משה יוסף טייטעלבוים.
  2. חסידות צאנז קלויזנבורג, "זכרתי ימים מקדם" בתוך בטאון "צאנז", חודש אדר ב', נתניה: "אגוד חסידי צאנז", תשפ"ד, עמ' 20.
  3. שיחת השבוע 1523 | טוב לשמוח, אויף שיחת השבוע חב"ד.
  4. רבי צבי הירש מייזליש, "שער מחמדים" אין שו"ת מקדשי השם, ירושלים, תשס"ח, מהדורה חדשה, חלק א'.
  5. בשיחה מבנו אב"ד לימנוב על החינוך בבית הוריו.
  6. כיום נמצא שם בית המדרש של חסידות ספינקא (של הרב מאיר אלעזר וייס).

  7. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:צ-זשורנאל

    פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן
    , "נגדע הארז בלבנון", בית יוסף להבה גליון תתכ"א, תשפ"ד, עמ' 9-13.
  8. אב"ד לימינוב שליט"א מספר סיפור נפלא על הנועם אליעזר מסקולען זצ"ל באתר יוטיוב.
  9. גרונר, דוד יהודה - גלדצלר, דוד, הליכות חיים - רבינו הקדוש מריבניץ, תשע"ו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  10. "וזרח השמש ובא השמש" - הגה"צ רבי דוד דוב מייזליש שליט"א מונה לגאב"ד סיגעיט, אויף בחצרות הקודש.
  11. מאיר וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה, ירושלים, תשל"ח - תשנ"ז, חלק ג' (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  12. רבי דוד דוב מייזליש, אור דוד עם קונטרס זר לזהב, ברוקלין: הרב יקותיאל יהודה מייזליש, תשכ"ח.
  13. רבי צבי אלימלך שפירא מדינוב, אגרא דפרקא <אגרא דצבי>, ברוקלין, תש"נ, חלק א'.
  14. א נסיעה קיין איירופע באגלייט דורך אב"ד לימנוב שליט"א, אויף יוטיוב.