מערסט געפרעגטע פראגעס איז א צוזאמקלויבונג פון אלע פראגעס וואס איר קענט אייך נאר באגעגענען וועלנדיג זיך אנשליסן אין המכלול. רוב חברים זענען שוין דורך כמעט די אלע פראבלעמען. פאלגענד איז א ליקוט פון אלע שאלות ותשובות וואס זענען שוין דורכגעשמועסט געווארן אין די רעדן בלעטער פון די באנוצער. ביטע אראפשרייבן שווערע פראגעס וואס עגבערן אייך אויך, כדי אנדערע זאלן קענען האבן נוצן דערפון.

המכלול

וואס איז דאס א וויקי?

דער אויפטוה פון וויקי סאפטווער באשטייט בעיקר אז עס פאראייניגט פארשידנארטיגע און קעגן זייטיגע מיינונגען.

עס הייסט נאך א האוואיאיש ווארט וואס מיינט שנעל.

וויקי איז אַ קאָמפּיוטער פּראָגראַם געווידמעט ספּעציעל צו עררייכען דעם ציל פון אויספארעמען א צוזאמגעשמאלצענעם דעה פון פון פארשידנארטיגע מענטשן. עס געבט די כוח פון רוב דעות אויסצומעקן און פאררעכטן די טעות'דיגע פאלטשע פּערזענליכע איינזייטיגע אינפאָרמאַציע וואָס פארדרייען דעם אמת. ווייל דער בעסטער מיטל צו וויסן וואס איז פאלטש איז דער כוח הרבים וואס זענען דן נאכאמאל און נאכאמאל, ביז מען ארבעט אויס די סוגיא.

אַלע תיקונים און רעאַקציעס פון יעדער עניין קען יעדער איינער ליינען און אָפּמאַכן אויב עס איז באַרעכטיגט. אויב באַשליס איך אָדער אַן אנדערער ליינער אַז דאס איז בטעות געטוישט געווארן קען מען דאס צוריק פאררעכטן. אויב דאס ווערט א לאנגער קאמף אַהין און צוריק, איז דא ספּעציעלע פּאָליציי מיט מער כוח פון דעם המון. אויב האט איר טענות אז דער פּאליציי מאן האט געמעקט שלא ביושר, איז דא מיליאנען ראנגען העכער אים וואס קענען אים אוועקנעמען זיין כוח. געווענליך ווי לענגער מ'שרייבט ווערט מען א גרעסערער ראנג אינעם היראַכיע, וואס מאכן אָפּ וואָס איז יושר.

דער וויקי פּראָגרעם ווערט היינט צוטאָגס זייער אויפגעכאַפּט, מער און מער. אסאך אסיפות, מיטונגען פון ביזנעס און פאליטיק און אנדערע צילן ענדיגן זיך מיט א "וויקי" פרעזענטאציע אויף א גרויסן סקרין וואס אלע לעפּטאַפּס פון די באטייליגטע זענען צוגעבינדן און דער עולם ארבעט אויף די זיץ פלעצער זעהענדיג יעדנ'ס רעדאגירונגען. מען מעקט, פארעכט, און מ'רעדט ביז עס ווערן אויסגעפארעמט פאראייניגטע רעזאלוציעס, אגענדעס און שלוסן פון די מיטונגען.

געווענליך גייט דער וויקי נאך א מיטינג ארויף אויף א צייט אפשניט אנליין, אז אלע באטייליגטע קענען זיך נאך ארום טענה'נען און ענדערן אויף א וויילע ביז דער וויקי ווערט גענצליך קריסטילאזירט און אויסגעפארעמט אין א ציל, און אלע לעקציעס און פארשלאגן ווערן דעפענירט, און דער מעסעזש קומט צו א קלארע איינזייטיגע מסקנא.

וואס איז דאס המכלול?

המכלול איז אַ פּראָיעקט צו שאַפן אַ גענויע און פולשטענדיגע אידישע ענציקלאָפּעדיע.

עס קומט אין א אָפענעם פרייען פאָרמאַט, געבויט אויף אַ ספּעציעלער פּראָגראַם מיטן נאָמען וויקי, וואָס מאַכט דעם ענציקלאָפּעדיע ווי אַ רשות הרבים וואו יעדער איינער קען זיך באַטייליגן, ענדערן, רעדאַקטירן, רעאַגירן, מעקן און אַליינס אָפּשרייבן אלע סארט אַרטיקלען.

וואס איז די ציל און מטרה פון המכלול?

צו שאפן א ריזיגע ענציקלאפידיע וואו אידיש ליינער וועלן זיך קענען ווענדן צו לערנען און דערוויסן איבער אלעס און אלעמען אויף די וועלט. פריי פאר יעדן איינעם צו ליינען און פאררעכטן.

ווער איז איר בעל הבית?

היינט צוטאגס געהער דאס פאר א נאָן פּראַפיט ארגאניזאציע, מיטן נאמען מכון חכמת התורה. דער פרעזידענט איז הרב יוסף קמינר.

קען דא יעדער שרייבן?

יאָ! אבסעלוט יעדער איינציגער באשעפעניש קען און איז אויפגעפאדערט צו שרייבן דא. מיר אין די המכלול מאדאל גלייבט אין די גוטע כוחות פון מענטשן, און אויך איז אויסגעשטעלט אז יעדער איינער וואס שרייבט נישט גוט, אדער מעקט נישט גוט, איז דאס זייער גרינג צוריק צודרייען, און אים ווארענען און פאררעכטן. ממילא האבן מיר נישט מורא פון אפענע פרייע שרייבן רעכטן פאר יעדן איינעם.

אויב אזוי, קען איך וואנדאליזירן אלעס?

עס איז אין דיין מעגליכקייט צו טאן וואס דו ווילסט מיט יעדן ארטיקל. אבער איין זאך געדענק, אז דו מוזט האנדלען מיט א רצון צו טאן גוטס און נישט שלעכטס. דו טארסט נישט זיין קיין וואנדאל לשם וואנדאליזם.

דו קענסט זייער גרינג ווערן אויסגעשפארט פון המכלול, און דיין ארבייט קען מען צוריק דרייען זייער שנעל, איז אלזא פארוואס זאלסטו וועלן וואנדאליזירן?

וויאזוי ארבעט דאס?

ווער איז דא פאראנטווארטליך?

וואסארא עניינים ווערן דא געשריבן?

שאלות פון מתחילים

וויאזוי קען איך ביישטייערן מיט מיין שרייבן?

וויאזוי קען איך ביישטייערן מיט געלט?

פארוואס זאל איך דא שרייבן?

מוז מען זיך איינשרייבן א נאמען כדי צו שרייבן דא?

וואס איז בעסער אז מען שרייבט זיך איין?

מוז איך נוצן מיין עכטער נאמען?

אוודאי נישט.

וויאזוי טויש איך מיין באנוצער נאמען?

בעהט דער ביראקראט דאס טאן.

וויאזוי טויש איך מיין פעסווארד?

דורך אריינגיין אין אייער איינשטעלן בלאט.

וואס זענען די געזעצן פון המכלול?

מעג מען האבן 2 אדער מער נעמען?

עס איז נישט ראטזאם. זעהט: הילף:אסאך באנוצער נעמען

שרייבן און טעכנישע טולס

וואס איז אן ארטיקל?

וויאזוי שרייב איך אן ארטיקל?

וויאזוי לייג איך בילדער?

וויאזוי מאך איך א נייעם אפטיילונג מיט קעפל אין ארטיקל?

וויאזוי מאך איך די אותיות זאלן זיך שטעלן פון לינקס צו רעכטס, ווי למשל פאר ענגליש?

וויאזוי שרייב איך אונטער מיין אונטערשריפט?

וויאזוי מאך איך א לינק צו אן אנדער ארטיקל אין דעם המכלול?

וויאזוי מאך איך א דערויסענדע לינק?

וויאזוי מאך איך קאטעגאריעס?

ביי אונז רופט מען אן א געוויסע זאך אנדעשט ווי ביי אנדערע; מוז מען מאכן 2 ארטיקלען?

דעזיין

וויאזוי מאך איך דיקע אותיות?

העכער דעם ארטיקל ווען איר שרייבט איז דער געצייג-פאס. צורעכטס זעט איר א דיקן B; אז איר דרוקט דעראויף, וואס איר קלאפּט אריין וועט אויסזען דיק.

וויאזוי מאך איך קאלערדיג אותיות?

וויאזוי מאך איך קליינע אותיות?

וויאזוי מאכט מען אז די שורות שטעלן זיך אויס אין נומערן?

פארוואס זענען געוויסע לינקס רויט און אנדערע זענען בלוי?

ווען עס איז נאכנישט דא אן ארטיקל אויף דעם ווארט, אדער אויב א בעאמטער האט עס געמעקט צוליב סיי וואספארא אורזאך, איז די לינק רויט.

אויב ווילט איר שאפן אן ארטיקל דערויף; קוועטשט אויף דעם און עס וועט זיך עפענען א נייער בלאט וואס איר זענט מכובד צו רעדאגירן.

ענדערן און פאררעכטן

איך באמערק א טעות, ליגענט, אדער איך האב אליינס פארהארגעט אן ארטיקל, וויאזוי טוה איך דאס ענדערן און פאררעכטן?

וויאזוי קען איך מיך אן עצה געבן מיט איינער וואס האלט אין איין מעקן מיין געשרייבאכצער?

איינער וואס מעקט אן קיין הסבר איז א וואנדאל, מען דארף אים בלאקירן. ביטע דאס אויפמערקזאם מאכן אויף זיין רעדן בלאט, און איינע פון די סיסאָפּס וועלן אים אומשעדליך מאכן.

וויאזוי דריי איך צוריק צו א פריערדיגע ווערסיע אין דעם געשיכטע בלאט?

צוריקדרייען אן ארטיקל צו איר פריערדיגע ווערסיע איז זייער גרינג און געשווינד. גייט אריין אין די ווייזן היסטאריע טעב, דארטן דרוקט אויף די ווערסיע זייגער און דאטום, נאכ'ן מברר זיין אז דאס איז די ווערסיע וואס איר ווילט דורך דרוקן אויף יעצטיגע און "צו לעצט" גייט אריין אין דעם ווערסיע, דארטן דרוקט "ענדערן און פאררעכטן". עס וועט אייך ארויפקומען א ווארענונג אז איר באארבייט א אלטער ווערסיע, איר זאלט דאס סעיווען, און אלעס וועט צוריקגעדרייט ווערן ווי פריער.

וויאזוי זעה איך די אונטערשייד פון צוויי אדער מערערע ווערסיעס אין די געשיכטע, פון אן ארטיקל?

וויאזוי קען איך זעהן די לעצטע ענדערונגען פון המכלול?

אויף די רעכטע זייט אונטער די המכלול סימבאל, די דריטע לינק איז "לעצטע ענדערונגען". דארט קענט איר זעהן אלעס וואס מען האט געענדערט לויט די צייט רייע.

וואס געשעהט ווען צוויי באנוצער פאררעכטן אין די זעלבע צייט?

וויאזוי קען איך מיטהאלטן אלע ענדערונגען צו א געוויסע ארטיקל, אן אהין גיין יעדעס מאל דאס טשעקן?

אן אנדער באנוצער איז זייער ווילד און קריגעריש. וואס טוט מען?

איך האב געשריבן א גאנצער שטיקל און עס איז נעלם גווארן. פארוואס?

איך האב פאראכטן אן ארטיקל אבער מיין ענדערונג איז נעלם. פארוואס?

רעדן און שמועסן

וויאזוי קען איך זיך מאכן פארבינדונגען מיט אנדערע מיטגלידער אין המכלול?

קוק אין די הילף בלעטער וועסטו זעהן אז סאיז דא שמועס בלעטער אויף יעדן ארטיקל און אויף יעדן באנוצער בלאט, און דאס איז געמאכט ספעציעל פאר דיין בקשה אנצוקניפן זיך מיט די באנוצער און שמועסן וועגן די עניינים וואס אינטערסירט דיך.

וואו דארף איך אויפקלערן פארוואס איך האב געמעקט עפעס?

איך זיך גרופע צו שמועסן איבער די יודישע שפראך?

אויף דעם איז לכאורה געאייגענט דער געמיינדע בלאט, און אויך אין דעם רעדן בלאט פון ארטיקל יידיש.

איך וויל מיך אויסקענען מיט המכלול. כדי צו קענען טיילן מיינע אינטערעסן מיט אחים לדעה?

ליין די הילף בלעטער און אויך דעם המכלול בלאט וועסטו דארטן טרעפן אלעס וואס דו ברויכסט טעכניש צו וויסן ווי אזוי זיך צו באנוצען מיט המכלול.

וואס איז דאס א שמועס בלאט?

זוכן און ליינען

וויאזוי קען איך זוכן און טרעפן א געוויסער ארטיקל, וואס איך דארף וויכטיג זעהן?

מעג איך מיך באנוצען און קאפּירן המכלול ארטיקלן פאר מיינע אייגענע געברויכן?

אבסעלוט יא.

וויאזוי קען מען וויסן און טראסטן וואס איז אמת, און וואס נישט?

היות אז יעדער איינער קען דא שרייבן וואס ער וויל, קענט איר זיך קיינמאל נישט פארלאזן אז דאס וואס איר לייענט דא איז אמת. אויב עס ווערט צוגעצייכענט א פארלעסליכער מקור, האט איר די מעגליכקייט נאכצוקוקען דעם מקור. אויב נישט, קענט איר נאכקוקען די "פריערדיגע ווערסיעס" צו זעהן ווער האט דאס געשריבן, און דערנאך קענט איר גיין צו יענעמ'ס שמועס-בלאט און יענעם פרעגן פונוואנעט ער האט דאס גענומען.

וויאזוי ארבייטן גוגל און יאהו, ביים לייגן אייערע המכלול ארטיקלן אין זייערע זוך רעזולטאטן?

הנהלה

ווער איז דער אנפירער פון יודיש המכלול?

א ליסטע פון אלע מנהלים. די פאלגענדע זענען אין די צייט אקטיוו, די איבריגע וואס שלאפן קענען זיך אויפוועקן יעדן טאג און נוצן זייער כוח: * גאנגלערי - דירעקטאר. * יודל - סיסאפ. * רוני - סיסאפ. * בן עמי - סיסאפ.

וואסארא כוח האט א מנהל מער ווי א פשוטער באנוצער?

קיין שום כוח נישט. זיין גאנצער ארבייט איז נאר ארויסציווארפן וואנדאלן. אויב נוצט ער זיין כוח אויף צו טוישן אן ארטיקל, מער ווי א נארמאלער באנוצער, איז דאס אביוז אפ פאוער און מען דארף אים באריכטן פאר אן אנדער מנהל אים צו מאכן אויס מנהל.

וויאזוי קען איך זיך איינקויפן א מער אנגעזעהענער ראלע אין המכלול?

כללית'דיג וועט מען דיך דאך נישט מאכן פאר א דירעקטאר אויב דו וועסט גארנישט שרייבן, ווער קודם אן אקטיווער באנוצער וועסטו האבן פיל פיל מאכט, מער ווי די קענסט דיך פארשטעלן. קודם דארפסטו בויען דיין נאמען און צוטרוי ביי די ליינער און שרייבער אלס א דורכגעטראכטער יושר'דיגער מענטש מיט אן אינטערעסע טאקע צו בויען המכלול ווי דו זאגסט. כדי מ'זאל דיר גלייבן, מוזטו קודם איבערצייגן אז דו מיינסט עס ערנסט. נאר נאכדעם וועסטו באקומען אזא אנגעזעהענער ראלע ווי א דירעקטאר.

וויאזוי קען איך ווערן א שטיקל מנהל, אנפירער אדער סיסאפ?

לייג פאָר דיין בקשה, בעסער אין ענגליש, פאר די הנהלה, און זיי וועלן נאכקוקן ווי שטארק דו פארטראגסט דיך מיט אנדערע. (געדענקט נישט אלעמאל מיינט אסאך געשרייבאכצער א גוטער מנהל, אויב איז מען נישט קיין נוח לבריות נישט קיין חילוק וויפיל איר האט אוועקגעגעבן פאר'ן וואוקס פון המכלול וועט איר דאך שעכטן דעם עתיד מיט אייער שטרענגע באנעמונג).

א געוויסער סיסאפ באנעמט זיך זייער ברוטאל צו מיר. ער דיריגירט מיך און רודפט מיך, וואס טוה איך?

איר קענט ארויפברענגן אייערע טענות אין זיין רעדן בלאט, אויך אין געמיינדע. און אויך שיקן פריוואטע אי-מעיל קאמפלעין פאר די אנדערע מנהלים.

פּאַליסי

איך האלט אז מ'טאר נישט טאן א געוויסע זאך. ווי קען איך פועל'ן ביים המכלול אנצונעמען מיין מיינונג?

אויף דעם איז דא די וואלן בלאט, ווי איר קענט פארלייגן וואסארא אישוס איר ווילט דאס זאל ווערן אנגענומען. סוף וואך וועט מען ציילן די שטימען און אויב איר האט גוטע טענות וועט איר האפענטליך געווינען רוב קולות.

וויפיל נעמען מעג איך האבן?

דערווייל האט מען נאך נישט באשטימט. דער סיסטעם לאזט צו ביז 6 נעמען פאר איין איי.פי. אדרעס.

דארף איך, אדער מעג איך פינטעלן מיינע ווערטער?

מען דארף נישט. אבער ווערטער וואס די נקודות טוישן דעם באדייט אז מען קען זיך טועה זיין, איז ראטזאם צו פינטלען.

מעג איך מיך באשרייבן, אפילו איך בין נישט א פובליק פיגור?

דארף איך, אדער מעג איך שרייבן רבי אויף מיינע צדיקים?

דארף איך, אדער מעג איך שרייבן לשון הרע?

וואס איז די גדר פון לשון הרע?

דארף איך אונטערשרייבן ביי די רעדן בלעטער?

מעג איך אויסמעקן אן אנדערענס טעותים אדער ליגענטס?

קאַפּירעכט

איך האב געזען א שיינעם ארטיקל אויפ'ן אינטערנעט, מעג איך דאס אהער ברענגן?

צענזור

איז טאקע דא קיין צענזור אויף המכלול?