דרעפט:רבי זאב וואלף הלוי טירנויער

ווערסיע פון 04:04, 19 מאי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד. קרעדיט: וועלוול שמעלצער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

געבוירן אין סאטמאר און געווען א תלמיד מובהק פון הרב יהודה גרינוואלד, ראב"ד סאטמאר, וועלכער האט אים געגעבן סמיכה נאך אלס בחור. אזוי אויך איז ער געווען א תלמיד פונעם 'ערוגת הבושם'.

שפעטער האט ער געדינט אלס שימלויער דיין, אין דער תקופה פון הגאון רבי שלמה זלמן ארנרייך זצ"ל. נאכדעם איז ער אריבער צו אנדערע שטעט אין דער געגנט. נאך דער מלחמה איז ער ארויף קיין ארץ-ישראל. פאר לאנגע יארן האט ער געגעסן בלויז טרוקענע חלה איינגעטינקען אין וואסער, ווייל ס'איז נישט געווען עפעס אנדערש צו עסן.

פאר ער איז ארויף קיין ארץ-ישראל, איז ער געפארן צו די צדיקי הדור, ווי רבי ישכר דוב פון בעלזא, דער קאסאנער רבי, דער "אהבת ישראל".

אין זיינע לעצטע זיבעצן יאר האט ער נישט געגעסן קיין פלייש, און ווען ער איז נפטר געווארן האט מען אים באערדיגט אין צפת.