דרעפט:אלאסקע

שטאַט אין די פאראייניגטע שטאַטן פון אמעריקע
ווערסיע פון 03:57, 19 מאי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אַלאַסקע (ענגליש: Alaska הערן) איז דער גרעסטער שטאַט פון די פאראייניגטע שטאטן אין שטח; זי איז פלאצירט ביים צפון-מערב עק פון דעם צפון-אמעריקאַנער קאנטינענט. צו מזרח איז קאנאדע, צו צפון דער ארקטישער אקעאן, צו מערב און דרום דער פאציפישער אקעאן. אומגעפער העלפט פון אלאסקע'ס 683,478 איינוואוינער וואוינען אין דעם אנקארעזש מעטראפאליטאנעם שטח אלאסקע איז דער ווינציגסטער באפעלקערטער שטאַט.

אלאסקע איז דער 49'סטער שטאַט פון די פופציג שטאַטן פון די פאראייניגטע שטאטן. זי איז דער גרעסטער שטאַט אין שטח פון די פאראייניגטע שטאטן מיט א שטח פון 570,380 קוואדראט מייל (1,477,277 קוואדראט ק"מ). זי געפונט זיך צווישן רוסלאנד אין קאנאדע, דאס הייסט אז אלאסקע איז איינע פון צוויי אמעריקאנער שטאטן וואס גרעניצט זיך נישט מיט זיין מוטער לאנד, נאר מיט קאנאדע.

בערך פערצן טויזנט אידן וואוינען אין אלאסקע.

לאַנד

אלאסקע איז א לאנד פון וואסער-פאלן, אייזבערג און שנייאיגע בערג-שפיצן. עס געפינט זיך אין איר אסאך וואסער-צונגען, דאס מיינט א שמאלע ימ'עלע וואס דרינגט אריין אין א בערגיגער געגנט.

אויף צפון זייט פון איר שטח זענען די עסקימאסן.

מענטשן

די עסקימאסישע שבטים וואוינען אינעם צפון'דיגן חלק פון אלאסקע, דארט הערשט א אייזיגע פראסטיגע קלימאט, די ערד איז דארט פארפרוירן די מערהייט פון יאר, אין ווינטער פאלט דארט די טעמפראטור ביז זעכציג אונטער נול. זייערע שטיבער איז געמאכט פון פארגליוועטרע שניי. עס איז דארט דא א בארג פון אייז וואס צעגייט קיינמאל נישט, פון דעם אייז-בארג האקן די עסקימאסן אויס גרויסע אייז-ציגל, מען לייגט די ציגל איינס אויפ'ן צווייטן אין א רייע, מען שטעלט עס אויס ווי א קיילעכיגע פארעם, און עס בויען זיך אויף זייער הייזער וואס ווערט גערופן "איגלו".

אינעווייניג אין הויז איז אן איינגענעמע און ווארימע טעמפעראטור, וועלכע ערמעגליכט די עסקימאסן צו לעבן טראץ די שרעקליכע קעלט אינדרויסן. זיי ערנערן זיך פון כאפן פיש פון טייך, און פןן די גרויסע ווייסע בערן, און ים-לייבן וואס דרייען זיך דארט.

לויט שאצונגען וואוינען דארט קרוב צו זעכציג טויזנט עסקימאסן, און דרייסיג טויזנט אינדיאנער.

ווען זיי כאפן א בער נוצן זיי אויס יעדע שטיקל פונעם בער פאר'ן ריכטיגן באנוץ, דאס פלייש צום עסן, די פעל צו מאכן בגדים, די אדערן פאר שטריק, די ביינער פאר כלים, אויך מאכן זיי די שארפע חלקים פון די חיות פאר מעסערס און כלי משחית, אא"וו. זיי פארן ארום מיט שליטן וואס ווערט געשלעפּט דורך די גרויסע הינט אויף די שניי און די אייז. היינט צו טאג באנוצן זיי זיך אויך אסאך מיט העליקאפטערס.

בערך פערצן טויזנט אידן וואוינען אין אלאסקע.

היסטאריע

אלאסקע איז פּלאצירט אין דעם ווייטן צפון־מערב פון צפון אמעריקע, און איז דער גרעסטער שטאַט ביי טעריטאריע. זיין גרויס איז איבער אנדערהאלבן מיליאן קוואדראט קילאמעטער. די טעריטאריע האט די פאראייניגטע שטאטן אפגעקויפט פון רוסלאנד צוליב חובות וואס רוסלאנד איז שולדיג געווען פאר די פאראייניגטע שטאטן, אום אפּריל 16, 1867 (תרכ"ז), פאר א נישטיגער סומע פון 7.2 מיליאן דאלאר. בערך הונדערט יאר שפעטער, האט פרעזידענט טרומאן געמאכט אלאסקע פאר דעם 49'סטן שטאט.

רוסלאנד איז אין יאר 1856 געווען זייער געדריקט אין געלט און זיי האבן גערעכנט אז זיי וועלן סיי ווי נישט קענען אנהאלטן די טעריטאריע צוליב וואס די ענגלענדער וועלן עס עווענטועל אייננעמען, האבן זיי אנגעטראגן דעם שטח פאר געלט סיי פאר אמעריקע און סיי פאר ענגלאנד, אזוי זאל זיך אנהויבן א ליציטאציע קאנקורענץ. למעשה האבן די ענגלענדער נישט געוויזן קיין שום אינטערעסע צו קויפן. די אמעריקאנער, וועלכע זענען יא געווען אינטערעסירט, האבן אנגעהויבן דירעקטע פארהאנדלונגען. אבער עטוואס אין יענער עפאכע האט אויסגעבראכן אין אמעריקע דער ברידער-קריג, זענען די פארהאנדלונגען צייטווייליג אפגעשטעלט געווארן. נאך דעם קריג זענען די פארהאנדלונגען ווידער באנייט געווארן, און עווענטועל האט עס אמעריקע אפגעקויפט פאר דער סומע פון 7.2 מיליאן דאלאר, בערך 2.3 סענט פּער אקער לאנד.

ווען מען האט איר אָפּגעקויפט, האט רוסלאנד באטראכט פאר א געווינס אז זי איז פטור געווארן פון איר חוב, טראצדעם וואס זי האט גארנישט געגעבן. אבער באלד דערנאך האבן זיי זיך געכאפט אז זיי זענען באגאנגען א נארישקייט דערמיט, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט.