רבי עקיבא ראבינאוויטש

פאריסובער רבי אין ירושלים
ווערסיע פון 08:56, 17 מאי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (כאטש עטוואס מינימאלע הגהה, ערגענצט לכה"פ פון העברי, פארראכטן פּאראמעטערס)

רבי חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש איז דער פאריסובער רבי, א מקובל, וועלכער שטייט אין שפיץ פון ישיבת המקובלים "דרכי צדק" און זיין בית מדרש אין ירושלים, און א מחבר פון א רייע ספרים אין חסידות און קבלה.

פאריסובער רבי
רבי עקיבא ראבינאוויטש
הרב חנניה יוסף עקיבא רבינוביץ.jpeg
געבורט י' טבת תרצ"ט
וואוין אָרט ירושלים
תחומי עיסוק אדמו"ר
תפקידים נוספים ראש ישיבה און ראש הכולל לימוד הקבלה
ספרים דרכי צדק, האדרת והאמונה, היחוד והיראה, און נאך
ווייב אסתר
דינאסטיע פאריסוב
טאטע רבי בנימין ראבינאוויטש
מאמע רוחמה ליבא

ביאגראפיע

רבי עקיבא איז געבוירן געווארן אין ירושלים י' טבת תרצ"ט, א צווייטער זון פאר רבי בנימין, א דיין אין דער עדה החרדית און מייסד פון קהל "משכנות הרועים", און מרת רוחמה ליבא. ער איז גערופן געווארן "חנניה יוסף עקיבא" נאך צוויי זיידעס, רבי עקיבא יוסף שלעזינגער און רבי חנניה יוסף האלפרין.

ער האט חתונה געהאט מיט מרת אסתר, א טאכטער פון רבי שלמה צבי אטיק, א קארלינער חסיד, פאטער פון רבי מענדל און רבי אברהם.

אין זיינע יונגע יארן האט ער זיך מסתופף געווען ביים ביאלער רבי'ן רבי יחיאל יהושע ראבינאוויטש, וואו ער איז געווען א ראש חבורה פאר יונגעלייט, און א מדריך פאר חתנים אינעם חסידות[1]. נאך דעם ביאלער רבי'נס פטירה איז ער געווען א תלמיד פון רבי אשר פריינד.

נאך בחיי אביו האט ער אויפגעשטעלט זיין בית מדרש "דרכי צדק" פאריסוב[2], אין די בתי ווארשע געגנט אין ירושלים. דער בית המדרש האט אויך געדינט אלס א ישיבה פאר תורת הנסתר, וואו דער רבי פלעגט אלץ איבערגעבן שיעורים אין קבלה. אויך זענען געגרינדעט געווארן א הכנסת אורחים און א קאסע פאר נויטבאדערפטיגע אין די קהילה. ער האט אויך א בית מדרש אין לאנדאן, בארא פארק[3], און מאנסי[מקור פארלאנגט].

ער איז באקאנט מיט זיינע שיעורים אין קבלה און חסידות[4], און בפרט אינעם ספר פרי הארץ, זיך זעענדיג צוגעבונדן צום מחבר, רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק[מקור פארלאנגט].

ער איז א קעגנער קעגן די מדינה הציונית[אויסקלארונג פארלאנגט], און ער שטיצט פרויען וואס גייען אנגעטון א שאל[5].

זיינע תלמידים

זיין משפחה

זיינע ספרים

רעפערענצן

  1. הרב דוד ירחמיאל צבי ראבינאוויטש, עיוני הלכות, ח"ב, עמ' קב, בני ברק, תשע"ו
  2. רבי עקיבא שטאמט בן אחר בן פון רבי אריה מרדכי ראבינאוויטש, אדמו"ר פון פאריסובער הויף-ירושלים.
  3. א באשרייבונג אין העדה, עמ' ג
  4. זיינע שיעורים אויף קול הלשון
  5.   כ"ק אדמו"ר מפוריסוב בדברי חיזוק בערוץ SiataDishmaya אויף יוטיוב (לענג: 05:09)