רבי עקיבא ראבינאוויטש
רבי חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש איז דער פאריסאווער רבי, א מקובל, וועלכער שטייט אין שפיץ פון ישיבת המקובלים "דרכי צדק" און זיין בית מדרש אין ירושלים.
געבורט | י' בטבת תרצ"ט |
---|---|
וואוין אָרט | ירושלים |
תחומי עיסוק | אדמו"ר |
תפקידים נוספים | ראש ישיבה און ראש הכולל לימוד הקבלה |
ספרים | דרכי צדק, האדרת והאמונה, היחוד והיראה, און נאך |
ווייב | אסתר |
דינאסטיע | פאריסאוו |
טאטע | רבי בנימין ראבינאוויטש |
מאמע | רוחמה ליבא |
ביאגראפיע
ר' עקיבא איז געבוירן געווארן אין ירושלים י' בטבת תרצ"ט, א צווייטער זון פאר רבי בנימין, א חבר אין דער בד"ץ העדה החרדית און מייסד פון קהל "משכנות הרועים", און מרת רוחמה ליבא. ער איז גערופן געווארן "חנניה יוסף עקיבא" נאך צוויי זיידעס, רבי עקיבא יוסף שלעזינגער אין רבי חנניה יוסף הלפרין.
ער האט חתונה געהאט מיט מרת אסתר, א טאכטער פון רבי שלמה צבי אטיק, א קארלינער חסיד, פאטער פון רבי מענדל אין רבי אברהם.
אין זיינע יונגע יארן האט ער זיך מסתופף געווען ביים ביאלער רבי'ן רבי יחיאל יהושע ראבינאוויטש, וואו ער האט געווען א ראש חבורה פאר יונגעלייט, און א מדריך פאר חתנים אינעם חסידות[1]. נאך דעם ביאלער רבי'נס פטירה איז ער געווען א תלמיד פון רבי אשר פריינד.
נאך בחיי אביו האט ער אויף געשטעלט זיין בית מדרש "דרכי צדק", וועלכער האט אויך געדינט אלץ א ישיבה פאר תורת הנסתר, וואו דער רבי פלעגט אלץ איבערגעבן שיעורים אין קבלה. דארטן האט ער אויך מייסד געווען א הכנסת אורחים א קופה פאר נצרכים. ער האט אויך א בית מדרש אין לאנדאן, מאנסי, און בארא פארק[2].
ער איז באקאנט מיט זיינע שיעורים אין קבלה און חסידות[3], און בפרט אינעם ספר פרי הארץ, זיך זעענדיג צוגעבונדן צום מחבר, רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק[מקור פארלאנגט].
ער איז א שארפער קנאי און לוחם קעגן די מדינה הציונית[אויסקלארונג פארלאנגט], און ער שטיצט פרויען וואס גייען אנגעטון א שאל[4].
זיינע תלמידים
- רבי דוד אייכנשטיין, בורשטינער רבי אין בארא פארק.
- הרב אברהם יחזקאל פריעדמאנן, מקובל און קאמאדער רב אין מאנסי.
זיין משפחה
- זיין זון הרב אברהם, איידעם פון רבי יוסף לייפער.
- זיין זון הרב הלל, ראש הכוללים פון פאריסאוו אין ניו יארק, איידעם פון הרב יהושע לייפער נשיא מכון עוז והדר.
- זיין זון רבי יהושע אשר (ז' ניסן ה'תש"ל - אייר ה'תשע"ד), נפטר געווארן פון יענע מחלה. אויף זיין נאמען איז נתייסד געווארן 'קרן ישועות יהושע אשר'.
- זיין איידעם הרב דוד משה ראזענבוים, קרעטשניפער רבי פון קרית גת.
- זיין איידעם הרב מנחם יהודה כהנא, ספינקער רבי אין בני ברק, זון פון רבי משה אליקים בריעה כהנא פון ספינקא.
- זיין איידעם הרב צבי אלימלך לייפער פון טעמעשוואר, זון פון רבי יחיאל לייפער פון טעמעשוואר ירושלים.
זיינע ספרים
- דרכי צדק - א ביאור אויף ספר שער הכוונות.
- פרי הארץ - שיעורים.
- דרכי אמונה.
- הרב חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש, האדרת והאמונה, ירושלים, תשע"ח, עניני אמונה.
- הרב חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש, הדעה והדיבור, ירושלים, תשע"ה, עניני תורה ותפילה.
- הרב חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש, ההוד וההדר, ירושלים, תשע"ה, עניני ל"ג בעומר.
- הרב חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש, החיל והחוסן, ירושלים, תשע"ה, עניני חנוכה ופורים.
- הרב חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש, הלקח והליבוב, ירושלים, תשע"ו, עניני חג הסוכות.
- הרב חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש, המלוכה והממשלה, ירושלים, תשע"ד, עניני חודש אלול ועשרת ימי תשובה.
- הרב חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש, הנוי והנצח, ירושלים, תשע"ד, עניני תיקון המידות.
- הרב חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש, הפדות והפאר, ירושלים, תשע"ו, עניני חג הפסח.
- הרב חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש, השיר והשבח, ירושלים, תשע"ד, עניני שבת קודש.
- הרב חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש, זמירות שבת, ירושלים, תשע"ד, נוסח פוריסוב וליקוט מדברי תורתו.
רעפערענצן
- ↑ הרב דוד ירחמיאל צבי ראבינאוויטש, עיוני הלכות, ח"ב, עמ' קב, בני ברק, תשע"ו
- ↑ א באשרייבונג אין העדה, עמ' ג
- ↑ זיינע שיעורים אויף קול הלשון
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:יוטיוב
פאראמעטער [ אורך ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע כ"ק אדמו"ר מפוריסוב בדברי חיזוק בערוץ SiataDishmaya אויף יוטיוב