רוי:כיסוי הדם
כיסוי הדם איז א מצווה פון דער תורה צוצודעקן מיט ערד די בלוט פון א פויגל אדער טהור'ע חיה נאכען שחט'ן.
דער מקור פון די מצוות כיסוי הדם אין דער תורה איז אין ספר ויקרא פרק י"ז, פסוקים יג-יד: "ואיש איש מבני ישראל ומן הגר הגר בתוכם אשר יצוד ציד חיה או עוף אשר יאכל ושפך את דמו וכיסהו בעפר. כי נפש כל בשר נפשו בדמו הוא ואומר לבני ישראל דם כל בשר לא תאכלו ..."
הלכות כיסוי הדם שטייען אין מסכת חולין פרק ו'.
ס’איז דא פארשידענע טעמים פארוואס די מצוה פון כיסוי הדם איז נאר ביי חיות ועופות, און נישט ביי בהמות:
- חיות און עופות ווערן נישט געברענגט אלס קרבנות אויפן מזבח )חולין פג:(, און אויב מען וואלט געמעגט עסן דאס בלוט פון חיות און עופות, וועט די מדת הדין מקטרג זיין אז בלוט )א מענטש וואס איז א בשר ודם( עסט בלוט. דעריבער האט די תורה געהייסן פארדעקן דאס בלוט פון חיות און עופות. )בעל הטורים(
- היות דאס בלוט פון בהמות איז דאך מכפר אויפן מזבח )וואס די קרבנות ווערן געברענגט נאר פון בהמות, אויסער צוויי סארט עופות, תורים ובני יונה(, איז נישט שיין צו פארדעקן דאס בלוט פון א בהמה. )רמב”ן(
- אויב מ’וואלט נישט געדארפט פארדעקן דאס בלוט פון חיות און עופות )וואס ווערן נישט געברענגט פאר קרבנות אויפ’ן מזבח(, וועט א פרעמדער מיינען אז דאס בלוט פון חיות און עופות ווערט גענוצט פאר עבודה זרה ח”ו, דעריבער האט דער באשעפער געהייסן פארדעקן זייער בלוט. )אבן עזרא(
- דער עיקר טעם פארן פארדעקן דאס בלוט איז צו מאכן א היכר כדי מ’זאל נישט עסן בלוט. דער דאזיגער היכר פעהלט אבער נאר אויס ביי חיות און עופות, וויבאלד זיי ווערן נישט געברענגט אלס קרבנות אויפ’ן מזבח, אבער ביי בהמות, וואס ווערן גענומען אלס קרבנות, ווייסט שוין דער איד ממילא נישט צו נוצן זייער בלוט )ווי דער פסוק זאגט ואני נתתיו לכם על המזבח לכפר עליכם(. דעריבער דארף מען נישט פארדעקן דאס בלוט פון די בהמות. )כלי יקר(
- חיות און עופות זענען נישט אזוי שכיח ווי בהמות, און דעריבער איז פיהל שווערער זיי צו פאנגען, איז דא א חשש אז ווייל זיי זענען מער באליעבט ביים מענטש, וועט ער עסן אויר דאס בלוט דערפון, דעריבער האט די תורה געהייסן פארדעקן דאס בלוט פון חיות און עופות. )כלי יקר(
- דער חשש אז דער מענטש וועט עסן דאס פארבאטענע בלוט )וואס צוליעב דעם דארף מען פארדעקן דאס בלוט( איז נאר שייך ביי חיות ועופות, וואס זייער בלוט איז דין און פאסיג צו עסן, אבער דאס בלוט פון א בהמה איז דיק און פוהל מיט פעטס, איז דאס עקל’דיג פאר’ן מענטש צו עסן, און דעריבער איז נישט דא קיין חיוב דאס צוצודעקן. )עיר מקלט, נזר הקודש פ’ בראשית(
- דאס בלוט פון א חיה ועוף איז דער נפש אליין, אבער א בהמה האט א נפש אויסערן בלוט. דעריבער האט דער באשעפער בלויז געהייסן פארדעקן דאס בלוט פון חיות ועופות, וואס דאס בלוט איז זייער נפש, און מ’דארף נוהג כבוד זיין אין א נפש, אזוי ווי דער באשעפער האט געהייסן באגראבן א טויטן מענטש צוליעב’ן כבוד פון זיין נפש. )אור החיים הק’(
- דער מדרש זאגט א טעם פארוואס דאס בלוט פון חיות ועופות דארף צוגעדעקט ווערן, ווייל ווען קין האט געהרג’עט הבל, האט ער אים געלאזט ליגן אויפ’ן פעלד )נישט וויסנדיג פונעם ענין פון באגראבן א טויטן(, זענען געקומען חיות און עופות און האבן באגראבן הבל. דעריבער האבן זיי זוכה געווען דערהויבן צו ווערן דורך די מצוה פון כיסוי הדם. )מדרש רבה, פ’ בראשית(
- לויט אן אנדערע דעה אין חז”ל, האבן צוויי פויגל זיך געשלאגן, און איינער האט געהרג’עט דעם צווייטן, און דער לעבעדיגער פויגל האט באגראבן דעם טויטן פויגל, קין האט דאס אלץ צוגעזעהן, האט ער פון דעם ארויס געלערנט צו באגראבן זיין ברודער הבל ווען ער האט אים געהרג’עט, דעריבער האבן די עופות זוכה געווען אז מ’זאל דארפן צודעקן זייער בלוט. )מדרש תנחומא, שם(
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!