ספר החינוך
ספר החינוך איז א ספר וואס רעכנט אויס די תרי"ג מצוות פון די תורה, וואס איז געשריבן געווארן אין די תקופת הראשונים אין המשך צו א צאל אנדערע חיבורים וועלכע רעכענען אויס די מצוות, ווי ספר המצוות להרמב"ם, יראים, סמ"ג און סמ"ק.
אלגעמיינע אינפארמאציע | |
---|---|
דורך | נישט באקאנט (מיוחס צום רא"ה) |
סוגה | ספר מצוות |
נושא | הלכה |
תקופת התרחשות | יארן ה' אלפים - ה'צ"ט |
נאך אויסגאבעס | |
דאטום פון ערשטער אויסגאבע | דפוס ווענעציע, רפ"ג |
תאריך נאך אויסגאבעס | דפוס פראנקפורט, תקמ"ב |
פרשנים | מנחת חינוך |
מקורות לכתיבת הספר | ספר המצוות להרמב"ם |
דרויסנדיגע לינקס | |
וויקיטעקסט | ספר החינוך |
היברובוקס | 40631 |
אנדערש ווי זיינע פארגייער ערקלערט דער חינוך אויך די טעמים פון די מצוות, אירע דינים, עונשים אויפ'ן דאס נישט מקיים זיין און נאך פרטים. דער מחבר איז בעיקר באזירט אויף די ציילונג פונעם רמב"ם, אבער דארט ווי דער רמב"ן קריגט זיך, נעמט ער אפטמאל אן ווי אים.
אויפן ספר זענען געשריבן געווארן מערערע פירושים וואס ערקלערן זיינע ווערטער און דיסקוסירן זיינע מקורות, דער באקאנסטער פון זיי איז "מנחת חינוך".
הינטערגרונט
די חכמים נאך דעם חתימת התלמוד האבן ברייט געפארשט און דעבאטירט וועלכע פון די מצוות זענען "אבות" וואס ווערן אריינגערעכנט אין די צאל פון די 613 מצוות, און וועלכע ווערן פאררעכנט ווי תולדות פון יענע מצוות[1]. שוין פון די תקופת הגאונים האבן גרויסע חכמים ווי בעל 'הלכות גדולות', רב סעדיה גאון, און רבי אליהו הזקן, און נאך זיי רבי שלמה אבן גבירול פארפאסט ליסטעס פון תרי"ג מצוות, צומאל אין פאָרעם פון פיוטים וועלכע ווערן גערופן "אזהרות".
דער רמב"ם איז געווען דער ערשטער וואס האט פארפאסט א גאנצער ספר אויף דעם ענין (אלס פונדאמענט פאר זיין גרויסן חיבור 'משנה תורה'), און האט דאס גערופן 'ספר המצוות'. אין זיין הקדמה האט ער אוועקגעשטעלט פערצן "שורשים" (כללים), וואס לויט זיי האט ער באשלאסן אויב א ספעציפישער דין ווערט גערעכנט צווישן די תרי"ג מצוות אדער נישט. אין דעם חיבור קריגט זיך דער רמב"ם אויף די שיטות פון זיינע פאָרגייער בנוגע די ציילונג פון די מצוות. מיט די צייט, איז דער 'ספר המצוות' אנגענומען געווארן ווי דער שטערקסטער אויטאריטעט איבער מנין המצוות. נאנט צו הונדערט יאר דערויף האט דער רמב"ן געשריבן השגות אויפ'ן 'ספר המצוות', אין וועלכע ער האט זיך געקריגט אויף די שורשים פונעם רמב"ם און אויף זיין ציילונג, און ער באפעסטיגט די פריערדיגע שיטות, ווי דער פוונעם בעל 'הלכות גדולות'. ביים ענדע פון זיינע השגות האט ער געמאכט א ליסטע פון עשין און לאוין וואס דער רמב"ם האט אויסגעלאָזט לויט אים.
אנדערע ראשונים וואס האבן פארפאסט חיבורים אויף די מצוות זענען די בעלי התוספות: רבי אליעזר ממיץ (ספר יראים), רבי משה מקוצי (ספר מצוות גדול – סמ"ג), און רבי יצחק מקורבייל (ספר מצוות קטן – סמ"ק).
פארפאסונג
דער ספר החינוך איז פארפאסט געווארן א וויילע נאך וואס ס'איז ארויסגעקומען דער ספר ההשגות פונעם רמב"ן אויפ'ן ספר המצוות, און איז למעשה באזירט אויף די דאזיגע צוויי חיבורים. אנהייב פון זיין "סדר ומנין המצוות", זאגט דער חינוך אז ער איז געגאנגען אין די פיסטריט פונעם רמב"ם'ס ציילונג פון די מצוות, דער כוונה איז אבער נישט אז איבעראל האט דער חינוך צוגעשטימט מיט'ן רמב"ם. אינעם 'איגרת המחבר' אנהייב ספר, צייכנט דער חינוך אן אז ער האט זיך אויך פארלאזט אויף די השגות פונעם רמב"ן צום ספר המצוות, און ער רופט אן די השגות "ספר נכבד מאד". אין מערסטנס ערטער וואו דער רמב"ן קריגט אויף דאס ציילן א ספּעציפישער מצוה, ברענגט דער חינוך אויך דער שיטה פונעם רמב"ן אין זיין ביאור אויף די מצוה, און אפטמאל ציטירט ער אים באריכות. ווי אויך שרייבט דער חינוך אויף עטליכע פלעצער קלאָר אז ער בעפארצוגט דעם רמב"ן'ס שיטה איבער דעם רמב"ם'ס[2]. פונדעסטוועגן, ווי דער חינוך זאגט אין מצוה קל"ח, האט ער נישט אוועקגענייגט פונעם ציילונג וואס דער רמב"ם האט אוועקגעשטעלט, וויבאלד "הוא באמת סיבתנו בעסק זה, ומידו זכינו לו" – דאס הייסט, דער חיבור פונעם רמב"ם איז למעשה דער הויפט באזע אויף וועלכער דער חינוך האט באזירט זיין חיבור.
במשך די הונדערטע יארן זינט ס'איז ערשינען, איז דער ספר החינוך געווען דער מערסט אנגענומענער חיבור אויף די תרי"ג מצוות. כאטש זיין עיקר ציל איז נישט ווי א הלכה ספר, דאך ווערט זיין שיטה אפט געברענגט דורך די פוסקים נאך אים[3]. גרויסע אחרונים ווי דער 'משנה למלך' האבן געשריבן הערות אויפ'ן ספר, און שפּעטער זענען געשריבן געווארן דערויף פילצאליגע לאנגע פירושים. צווישן די מערסט באוואוסטע חיבורים אויפ'ן ספר החינוך איז דער 'מנחת חינוך' פון רבי יוסף באב"ד פון טארנאָפּאל (לעמבערג, תרכט), וואס איז באקאנט אויף די ברייטע הלכה'דיגע עיון דערינען.
צוויי הויפּט חידושים זענען פארהאן אין דעם ספר, וואס ספּעציאליזירן עס פון ענליכע פריערדיגע חיבורים: דער ערשטער איז, אז אנדערש ווי די אנדערע ראשונים – וועלכע האבן אויסגעשטעלט די מצוות לויט זייער ענין – האט עס דער חינוך מסדר געווען לויט די פרשיות, ווי די סדר אין וואס זיי שטייען אין די תורה, ווי ער ערקלערט אין די הקדמה דער טעם, כדי מען זאל לערנען די מצוות צוזאמען מיט די פרשת השבוע.
דער צווייטער חידוש פונעם מחבר איז זיינע אריגינעלע ערקלערונגען צו די "שרשי המצוות" (טעמים). דער מחבר נעמט אָן אז אלע מצוות זענען פאר א פיזישער אדער גייסטישער תועלת פאר די מענטשן, און צו דערווייטערן יעדן נזק פאר'ן גוף אדער נפש[4]. אין איינקלאנג דערמיט שלאגט דער חינוך פאָר ביי יעדן מצוה דעם תועלת (בעיקר דעם עטישן) וואס איז דא דערין, לויט אים, פאר'ן מענטש. אין זיין הקדמה דריקט דער חינוך אז דער טעם וואס ער האט געשריבן ביי יעדע מצוה איז בלויז איין טעם פון אסאך, און אויך דאס ביסל איז בגדר א "רמז" – עפעס א געדאנק – און נישט מער, וויבאלד א בשר ודם קען נישט ארומנעמען און פארשטיין די טיפע פנימיות פון קיין שום מצוה פון ה'[5]. לויט אים איז דער ספר בעיקר געצילט פאר קינדער, כדי זיי זאלן דערין עוסק זיין אין די שבתים אנשטאט פאַרברענגען די צייט, און פאר זיי האט ער געשריבן אביסל פון די שרשי המצוות, כדי צו באליבן דאס מקיים זיין אויף זיי[6].
טראָץ וואס דער מחבר מיט זיין עניוות פארמינערט שטארק פון זיין אייגענעם חיבור'ס ווערד און מעלה, פאָרט איז זיין ספר געווארן אלס איינע פון די גרונד־שטיינער אין דאס מגדיר זיין די מצוות און מבאר זיין זייער תכלית. א דאַנק דער היקף און טיפקייט פון איין זייט, און דער קיצור פונעם צווייטן זייט, און דאס קלארע און זיסע שפראך, איז דער ספר גאר שטארק פארשפרייט געווארן און האט אנגענומען גאר אן אנגעזעענער ארט צווישן די ווערק פון די ראשונים.
געבוי
אינעם איבערוויגנדער מערהייט פון די מצוות, צעטיילט דער חינוך זיין ערקלערונג און פינף אדער זעקס הויפּט טיילן:
- דער מהות המצוה. דער חינוך הייבט אן יעדע מצוה מיט'ן ברענגען איר מקור פון פסוק, און איז עס מגדיר אין קורצן. דער חלק איז באזירט אויפ'ן לשון פון רמב"ם אין ספר המצוות. אבער פיל מאל פארברייטערט דער חינוך אינעם ערקלערונג אין זיין אייגן לשון, און אין עטליכע פלעצער נייגט ער אויך אוועק פונעם דעת הרמב"ם אין די הגדרת המצוה[7].
- "מִשָׁרְשֵי המצוה". דער חינוך ערקלערט א געוויסער מאָראַלישער תועלת וואס קומט ארויס פון די מצוה.
- "דיני המצוה". אין דעם טייל ערקלערט דער חינוך אין קורצן: (א) ווען איז דער מצוה גילטיג – צי איז עס געצוימט צו א ספּעציפישער צייט, אדער איז עס גילטיג "בכל זמן"; (ב) וואו איז דער מצוה גילטיג – צי דוקא אין ספּעציפישע פּלעצער, אדער "בכל מקום"; (ג) ווער איז מחוייב אין די מצוה – צי בלויז ספּעציפישע מענטשן, אדער "כל אדם".
- דער עונש. דא ערקלערט ער אין געציילטע ווערטער, וואס איז דער שטראף (בידי אדם אדער בידי שמים) פאר ווער ס'איז עובר אויף דעם מצוה. קיין עונש, מלקות, מיתה, כרת, וכדו'.
- מחלוקת איבער די מצוה. אין פעלער וואו דער רמב"ן קריגט אויפ'ן רמב"ם אויב א געוויסער אַקט ווערט גערעכנט אין די תרי"ג מצוות – באציט זיך דער חינוך צו דעם מחלוקת. צומאל איז ער אויך דן אין דעם ברייטערהייט.
אינעם אריגינעלן מאנוסקריפּט האט דער חינוך צעטיילט צווישן די 'עשין' און 'לאוין' אין יעדן פרשה, און האט זיי מסדר געווען אין באזונדערע גרופעס. אבער אנגעהויבן פונעם פערטן דרוק, א חומש געדריקט דורך די פרופס ברידער אין אמסטערדאם תקכ"ז, האבן די ארויסגעבער געענדערט דעם סדר, און האבן געדרוקט די עשין און לאוין אויסגעמישט, לויט ווי זיי ערשיינען אין די תורה, און דעם סדר איז למעשה אנגענומען געווארן אין כמעט אלע נייערע דרוקן.[8]
פארפאסער
עס איז נישט באוואוסט ווער עס האט פארפאסט דעם ספר החינוך. דער מחבר האט באהאלטן זיין נאמען, און האט נאר געשריבן ביים ענדע פון זיין אריינפיר אז ער איז "איש יהודי מבית לוי, ברצלוני". אויך ברענגט ער אסאך מאל בשם זיין רבי'ן נישט דערמאנענדיג צו וועם דאס באציט זיך. אויפ'ן שער בלאט פונעם ערשטן דרוק, ווענעציע רפ"ג, שרייבט דער מגיה (רבי יעקב ב"ר חיים) אז זיין נאמען איז אהרן, און געוויסע האבן דאס אויך ארויסגענומען פון די ווערטער פון חינוך אנהייב מצוה צ"ה ("…והלוים אחַי הטהרו, וינף אהרן אותם תנופה וכו'")[9], און מען האט אים אידענטיפיצירט אלס רבי אהרן הלוי פון בארצעלאנע (דער רא"ה), א תלמיד פון רמב"ן. אזוי האבן געהאַלטן עטליכע פון די גרויסע אחרונים, צווישן זיי דער ש"ך[10], פרי מגדים[11], רבי עקיבא אייגער[12] און יד מלאכי[13]. אבער דער חיד"א אין זיין שם הגדולים[14] צווייפלט אין דעם אידענטיפיקאציע, צווישן אנדערע צוליב די סתירות צווישן די ווערטער פון ספר החינוך און די ווערק פונעם רא"ה. פארהאן וואס צייכענען צו דעם חיבור צום עלטערן ברודער פונעם רא"ה, רבי פינחס הלוי[15][16][17]. אנדערע ווענדן עס אפּ, און ברענגען ראיות צו די ווערטער פון רבי אפרים זלמן מרגליות[18] אז דאס איז נישט פארפאסט געווארן דורך דער רא"ה (א תלמיד פון רמב"ן), נאר דורך א תלמיד פון רשב"א[19][20]. למעשה איז דער מיסטעריע פונעם מחבר'ס אידענטיטעט נישט געלייזט געווארן.
דרויסנדע לינקס
- ספר החינוך, אויף שיתופתא
- מאנוסקריפט פון ספר החינוך, פון ה'צ"ג (לויט'ן קאָלאָפאָן), אינעם וואטיקאן ביבליאטעק
- ספר החינוך, ווענעציע, רפ"ג
- ספר החינוך, פראנקפורט, תקמ"ב
- ספר החנוך, ירושלים, תשי"ח, מיט הגהות פון משנה למלך און רבי ישעיה פיק
ביבליאגראפיע
- חיים דוד שעוועל, מבוא צום ספר החינוך, ירושלים: מוסד הרב קוק, תש"כ
- הרב משה לייטער, הקדמה לספר השלמה על מנחת חינוך
- הרב דוד מצגר, הקדמה למנחת חינוך, מהדורת מכון ירושלים
- דוד ראזען, Ein Compendium der jüdischen Gesetzeskunde aus dem vierzehnten Jahrhundert, ברעסלוי: Schletter'sche Buchhandlung (H. Skutsch), 1871 (דייטש)
רעפערענצן
- ↑ זעט רבי ירוחם פישל פערלא, ספר המצוות לרס"ג, מבוא פרק י'
- ↑ זעט למשל מצוה קל"ח, מצוה קנ"ג
- ↑ זעט למשל ש"ך, יורה דעה, סימן פ"ד, סעיף קטן ג'; סימן פ"ז, סעיף קטן ב'
- ↑ זעט מצוה קנ"ט
- ↑ זעט מצוה תקמ"ה
- ↑ זעט הקדמה און איגרת המחבר, און מצוה קי"ז
- ↑ זעט בהרחבה אין שעוועל, מבוא
- ↑ אלי' גענויער, "An Obscure Chumash Changes the Sefer HaChinuch Forever", Seforim Blog
- ↑ דער מגיה אינעם צווייטן דרוק (ווענעציע ש"ס) האט דארט אריינגעשטעלט א הערה אז דער מחבר דייט אן אז זיין נאמען איז אהרן
- ↑ ש"ך, יורה דעה, סימן כ"ה, סעיף קטן ב'; סימן ע', סעיף קטן ל"ג
- ↑ הקדמה צום משבצות זהב
- ↑ תשובות רעק"א קכט, און קסט
- ↑ יד מלאכי ב, כללי שאר המחברים והמפרשים כג
- ↑ רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת סופרים ערך "רבינו אהרן הלוי"
- ↑ ישראל משה תא שמע, "מחברו האמיתי של ספר "החינוך"", קרית ספר, תשם, עמ' 787–790
- ↑ משה הרשלר, חידושי הריטב"א למסכת ברכות, מוסד הרב קוק תשמ"ד, עמ' רח, הערה 165
- ↑ יוסף אברמסון, "עוד אודות זהותו של מחבר ספר החינוך", המעין מה ד, תמוז תשס"ה, עמ' 67
- ↑ ספר ראש אפרים[מקור פארלאנגט]
- ↑ הרב דוד מצגר, הקדמה למנחת חינוך, מהדורת מכון ירושלים
- ↑ יעקב שמואל שפיגל, "עוד אודות זהותו של מחבר ספר החינוך", המעין מה ד, תמוז תשס"ה, עמ' 71
קאטעגאריע:ספרי המצוות קאטעגאריע:ווערק פון אומבאקאנטע פארפאסער קאטעגאריע:ראשונים