רוי:בהימראא ראמזשי אמבעדקאר

אינדיאנער פילאזאף, יוריסט, אדוואקאט, עקאנאמיסט, פאליטיקער און סאציאלער רעפארמער (1891–1956)
ווערסיע פון 19:15, 3 אפריל 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:אנטראפאלאגן דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

בהימראַא ראַמזשי אַמבעדקאַר
Dr. Bhimrao Ambedkar.jpg
געבורט אפריל 14, 1891
בריטיש אינדיע (יעצט: מאדהיא פראדעש, אינדיע)
פטירה דעצעמבער 6, 1956 (אלט: 65)
דעלהי
מדינה בריטיש אינדיע; אינדיע
אונטערשריפט
Dr. Babasaheb Ambedkar Signature.svg

בהימראַא ראַמזשי אַמבעדקאַר (מאראטהיש: भीमराव रामजी आंबेडकर; ענגליש: Bhimrao Ramji Ambedkar‏; אפריל 14, 1891 - דעצעמבער 6, 1956), איז געווען אן אינדיאנער פילאזאף, יוריסט, אדוואקאט, עקאנאמיסט, פאליטיקער, אַנטראפאלאג, היסטאריקער, רעדנער, שרייבער און סאציאלער רעפארמער.

ער ווערט בארעכענט אלס דער הויפט ארכיטעקט פון דער קאנסטיטוציע פון אינדיע[1][2][3].

לעבן

ער איז געבוירן געווארן אין 1891 אין אן ארימע פאמיליע[4] אלס דעם פערצנטן קינד פון זיינע עלטערן[5].

נאכ'ן גראדואירן אוניווערסיטעט אין מומביי, איז ער געווען פון די איינציגסטע אינדיאנער סטונדעטן וועלכע האבן באקומען דאקטאראטן אין עקאנאמיק פון קאלומביע אוניווערסיטעט און פון לאנדאנער שולע פון עקאנאמיק אין די 1920ער יארן. אין לאנדאן האט ער אויך שטודירט געזעץ.

אין זיין אנהייב איז ער געווען אן עקאנאמיסט, פראפעסאר, און אדוואקאט. שפעטער אין זיין לעבן האט ער זיך באשעפטיגט מיט פאליטישע אקטיוויטעטן און איז געווארן פארנומען מיט פובליצירן זשורנאלן און נאך.

אויף אקטאבער 14, 1956, האט ער געביטן זיין רעליגיע פון הינדואיזם צו בודהיזם, מיטשלעפנדיג מיט זיך איבער 300,000 פון זיינע אנהענגער צו זיין נייעם גלויבונג[6].

ער איז געשטארבן אין זיין שלאף אויף דעצעמבער 6, 1956, אין זיין היים אין דעלהי[7].

רעפערענצן

  1. Dr. Ambedkar: Life and Mission (ענגליש)
  2. Bhimrao Ambedkar (ענגליש)
  3. 'Babasaheb' Dr B.R. Ambedkar: Maker and conscience-keeper of modern India (ענגליש)
  4. Exhibition (ענגליש)
  5. Bharat Ratna Baba Saheb (ענגליש)
  6. Dr. Ambedkar (ענגליש)
  7. Google's BR Ambedkar birth anniversary doodle on 7 other countries apart from India (ענגליש)
  דער ארטיקל בנוגע פאליטיקער איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!