שאול המלך

ווערסיע פון 22:51, 31 מערץ 2024 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '==נאמען== ==געשיכטע== די געשיכטע פון שאול המלך ווערט דערציילט אין ספר שמואל. === איידער'ן קעניגן === שאול ווערט פארגעשטעלט אלץ א זון פון קיש וואס איז געווען א העלדישער גיבור פון בנימין {{הערה|{{תנ"ך|שמואל א|ט|א}}.}}, און זיי האבן ווארשיינליך געוואוינט אין גב...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

נאמען

געשיכטע

די געשיכטע פון שאול המלך ווערט דערציילט אין ספר שמואל.

איידער'ן קעניגן

שאול ווערט פארגעשטעלט אלץ א זון פון קיש וואס איז געווען א העלדישער גיבור פון בנימין [1], און זיי האבן ווארשיינליך געוואוינט אין גבעון [2]. שאול איז געווען "יונג און שיין, און קיינער פון די אידן זענען נישט שענער געווען פון אים, און פון זיין אקסל און ארויף איז ער געווען העכער פונעם גאנצן פאלק"[3], און ער שטעלט זיך אויס צו זיך אן עניו און א באשיידענער מאן[4].

אין די ערשטער קאפיטלען איבער שאול ווערט ער פארגעשטעלט ווי אן אומבאקאנטער פשוט'ער מאן, וואס טראגט נישט קיין פירערשאפט פאזיציע, נאר פארנעמט זיך מיט פריוואטע און היימליכע זאכן[5].

קרוינונג

כאטש וואס שטעלן א קעניג איז לויט רוב מפרשים א מצוות עשה דאורייתא, איז דאס נישט אויסגעפירט געווארן ביז שאול המלך'ס צייטן, ווען שמואל הנביא איז עלטער געווארן און זיינע קינדער האבן איבערגענומען די פירערשאפט איבער די אידן.

שמואל הנביא'ס קינדער זענען נישט געווען ערליך, און זיי האבן גענומען שוחד און פארקירעוועט די דינים[6]. די צייט איז אויך געווען שווער פאר כלל ישראל צוליב דרוק פון די ארומיגער פעלקער, בפרט די פלישתים און די עמונים[7]. דאס פאלק האט אלזא פארלאנגט פון שמואל "שטעל פאר אונז א מלך אונז צו משפט'ן, אזוי ווי אלע פעלקער"[8].

זייער פארלאנג האט געצערנט שמואל, און אויך פון הימל האט מען אים געזאגט אז דער פארלאנג, בפרט די מאטיוון דערפון[8.1], זענען נישט אויסגעהאלטן. דער באשעפער האט אבער באפוילן שמואל הנביא צו שטעלן א קעניג און צו ערקלערן פאר די אידן דער קעניג'ס מאכטן און רעכטן. שמואל האט אלעס איבערגעגעבן צום פאלק, און זיי האבן ווידערהאלט זייער פארלאנג, האט ער זיי אהיים געשיקט צו זייער שטעט צו ערווארטן די קרוינונג פונעם קעניג וואס וועט נאכפאלגן[9].

שאול איז אין יענע צייט ארומגעגאנגען זוכן פארלוירענע אייזלען פאר זיין פאטער. נאך דריי טאג זייענדיג אין ארץ צוף האט שאול באשלאסן אויפצוהערן זוכן, אבער זיינע באגלייטער האבן צוגערעדט זיך צו באראטן מיט'ן "רואה" (נביא) וואס געפונט זיך אינעם דערנעבנדיגער שטאט, רמה[10]. דער "רואה", שמואל, האט ווארעם אויפגענומען שאול, זאגנדיג אז די אייזלען זענען שוין אפגעפונען געווארן, און אים געבעטן מיטצועסן דעם סעודה. שמואל האט שטארק מכבד געווען שאול, אים געבנדיג פון די בעסערע פארציעס, און זיי האבן פארברענגט די נאכט צוזאמען שמועסנדיג אין יראת שמיים און געטליכע ענינים[11]. צופרי האט שמואל געזאלבט שאול פאר מלך פריוואטערהייט; ער האט אים געקושט, און איבער געגעבן עטליכע סימנים אז ער איז געזאלבט געווארן פון הימל[12]. ביים אוועקגיין פון שמואל איז שאול ווי געווארן אן אנדערע מענטש, און עס איז צו אים געקומען א גייסט פון שטארקייט און מלכות[13].

דערנאך האט שמואל צוזאמען גענומען די אידן אין מצפה, ער האט זיי ווידער גע'מוסר'ט אויף דאס וואס זיי פארלאנגן א קעניג, און זיי געהייסן זיך שטעלן פאר'ן באשעפער אויסצוקלויבן דעם קעניג. די אורים ותומים[14] אדער א גורל[15] האט אויסגעקליבן שבט בנימין, פון זיי – משפחת המטרי, און פון זיי – שאול בן קיש. שאול האט זיך געהאט אויסבאהאלטן, אבער די אורים ותומים האט ארויסגעגעבן אז ער איז "נחבא אל הכלים". מען האט אים געגאנגען ברענגען פאר שמואל, און ער איז דערקלערט געווארן אלץ קעניג איבער די אידן[16].

שאול'ס קרוינונג איז נישט אנגענומען געווארן ביי אלע אידן, אין "בני בליעל" האבן אים אוועק געמאכט[17]. אין יענע צייט האט נחש דער קעניג פון עמון באלאגערט יביש גלעד, וועלכע האבן זיך באלד געוואלט אונטערגעבן. נחש האט אבער פארלאנגט אז יעדער דארט זאל אויסשטעכן זיין רעכטן אויג, וועלנדיג שענדן דערמיט די אידן. די עלטערע פון יביש גלעד האבן אים געבעטן זיבן טעג, און גלייכצייטיג אלארמירט די איבריגע שבטים צו הילף. שאול האט באוויזן צוזאמצונעמען א גרויסע מיליטער, און באקעמפט די עמונים און זיי פארטריבן און צעשפרייט "ביז עס זענען נישט געבליבן ביי זיי צוויי צוזאמען". דער העלדישע אקט האט געברענגט אלע אידן אנצונעמען שאול'ס קעניגרייך, און די אידן האבן זיך צוזאמגענומען אין גלגל צו באנייען די קרוינונג. די אידן האבן זיך געפרייט און מקריב זיין קרבנות פאר'ן באשעפער[18], און לויט די תרגום השבעים האט שמואל ווידעראמאל געזאלבט שאול[19].

שאול איז אלזא געקרוינט געווארן דריי מאל: צוערשט אין רמה פריוואטערהייט, דערנאך אין די עפנטליכקייט אין מצפה, און צום דריטן מאל אין גלגל מיט די צושטימונג פון גאנץ כלל ישראל[20]. עס זענען דא וואס שפעקולירן אז אין מצפה איז שאול אנגענומען געווארן בלויז ביי די שבטים אין הר אפרים וואס זענען געווען נאנט צו אים[21].

"הגם שאול בנביאים"

איינער פון די סימנים וואס שאול איז געגעבן געווארן איז געווען אז ווען ער וועט אנקומען צו גבעה ביי די וואכן פון די פלישתים וועט ער באגעגענען א גרופע נביאים וועלכע שפילן מוזיק אויף הארפן, פויקן, און פלייטן, טוען אין נבואה, און עס וועט דאן אויף אים זיין א "רוח אלוקים" און ער וועט אויך נבואה זאגן. אזוי איז טאקע געווען, און ביים אנקומען צום גבעה האט ער באגעגנט א גרופע נביאים און ער האט זיך מתנבא געווען אינאיינעם מיט זיי. דאס האט אויסגערופן גרויס וואונדער ביי זיינע באקאנטע, וואס האבן זיך אויסגעדרוקט "הגם שאול בנביאים?" – איז דען שאול אויך פון די נביאים? דער אויסדרוק איז געבליבן א שפריכווארט ביי אידן[22].

דער "רוח אלוקים" איז געווען א גייסט פון נבואה וואס האט גערוט אויף שאול, אבער עס ווערט אויך צוגעשטעלט צו דער "רוח אלוקים" וואס שטייט ביי עטליכע פון די שופטים ווי גדעון[23], יפתח{הערה|שופטים יא, כט.}}, און שמשון הגיבור[24], וואס איז געווען לויט תרגום יונתן א גייסט פון שטארקייט און גבורה מלחמה צו האלטן מיט די פיינט און איבערצונעמען די פירערשאפט, און צו דער פונקט באציט זיך שמואל ווען ער האט אים געזאגט אז ער וועט ווערן אן "איש אחר"[25]. עס ווערט אויך אנגעוויזן אז דאס ארט פון די נביאים, ביי די וואכן פון די פלישיתים, קומט מסתמא אויך ארויסצוברענגן דאס אז שאול וועט זיין דער צו באקעמפן די פלישתים[26].

נבואה ביי שאול וועט ווידעראמאל דערמאנט שפעטער, ווען שאול האט אנגעהויבן נאכיאגן דוד און דוד איז אנטלאפן צו שמואל. שאול האט געשיקט שליחים אים אפצונעמען, אבער ווען זיי קומען אן באגעגענען זיי נביאים וועלכע זאגן נבואה, און זיי שטעלן זיך צו צו זאגן נבואה רייד. נאך דעם וואס אויך די קומענדיגע גרופעס שליחים שטעלן זיך אויך צו צו די נביאים, קומט שאול אליין אראפ אהין, אבער ער באקומט דארט אויך נבואות[27].

מיליטערישע ערפאלגן

נאכ'ן ווערן קעניג האט שאול המלך אויפגעשטעלט דעם ערשטן מיליטער ביי אידן[28]. אנשטאט וואס איז ביז דאן געווען איינגעפירט, אז אין צייט פון מלחמה האט מען צוזאמגערופן אלע מענער צו זיין קעמפער, האט שאול אצינד אויסגעקליבן 3000 לייט צו זיין שטענדיג אין מיליטערישן דינסט. שאול האט סטאנציאנירט 2000 פון זיי אין מכמש און בית אל, און זיי זענען געווען אונטער זיי אויפזיכט, און די איבריגע 1000 זענען געווען מיט זיין זון יונתן אין גבעת בנימין[29]. יעדע שטארקער מאן וואס שאול האט באגעגנט האט ער גענומען צו זיך[30]. מיט דעם אלעם, ביי גרעסערע קאמפיינען פלעגט ער נאך אלץ אריינרופן נאך מיליטערלייט פון איבער דאס לאנד וואס זאלן זיך צושטעלן צום באזע פונעם קביעות'דיגע מיליטער[31].

שמואל האט מלחמה געהאלטן מערערע מאל קעגן די פלישתים. עס זענען דא וואס שפעקולירן אז שאול איז לכתחילה געקרוינט געווארן אלץ וואסאל אונטער די פלישתים, אבער האט אויף די אנווייזונגען פון שמואל באלד ווידערגעשפעניגט אין זיי, און געווארן זעלבסטשטענדיג[32]. ביים דער ערשטער מלחמה קעגן זיי אין מכמש זענען די פלישתים פארטריבן געווארן ביז אילון[33]. שפעטער ביי שלאכט אין עמק האלה האט דוד אומגעברענגט גלית[34], און שאול'ס מיליטער האט אריינגעדרינגען ביז עקרון אין גת[35]. די פלישתים האבן אבער געבליבן א געפאר אלע שאול'ס טעג[36], און שאול און זיינע קינדער זענען למעשה אומגעברענגט געווארן ביי די מלחמה קעגן די פלישתים אין גלבוע[37][38].

שאול האט אויך מלחמה געהאלטן מיט עמון, מואב, און אדום פון מזרח זייט, עמלק און אנדערע וואנדער שבטים פון דרום, פלישתים פון מערב, און די קעניגרייכן פון צובה אין צפון[39]. ער האט אזוי באפעסטיגט די גרעניצן פון ארץ ישראל, און פארזיכערט די אידישע שטעט. שאול האט אויך געוועלטיגט איבער די אשורים[40], אן אראבישע שבט וואס האט געוואנדערט אין די געגנט צו מזרח פון די באוואוינטע לענדער אין עבר הירדן. אזוי אויך האט שבט ראובן אין זיינע צייטן, לכאורה מיט זיין הילף, מלחמת געהאלטן מיט די הגריאים און נאך אראבישע שבטים, און פארברייטערט זייער לאנד צו מזרח פון גלעד ביז נהר פרת [41][42][43].

פון די ערשטע מלחמות וואס שאול האט געפירט איז געווען די מלחמה קעגן די פלישתים אין מכמש. דארט האט זיך צוזאמגענומען א ריזן מיליטער פון די פלישתים, 30,000 וועגענער און 6000 רייטער און סאלדאטן "אזוי פיל ווי די זאמד וואס איז אויפ'ן ברעג ים". שאול מיליטער האט שטארק מורא געהאט פאר די מיליטער פון די פלישתים, און זיי האבן אנטלאפן און זיך אויסבאהאלטן אין די היילן אין די בערג. שאול איז געבליבן מיט אן ענגע מיליטער פון 600 לייט, אבער אן ערפאלגרייכער פליצומדיגע איבערפאל דורך יונתן און זיין וואפנטרעגער האט געברענגט א זיג פאר די אידן. שאול האט יענעם טאג באשוואוירן די אידן צו פאסטן, יונתן וואס האט נישט געהערט דערפון האט פארזוכט פון האניג וואס איז גערונען אינעם וואלד. שאול האט געהאלטן ביים הרג'ענען יונתן דערפאר, וויבאלד עס האט געברענגט אז די אורים ותומים זאלן נישט ענטפערן צוליב די זינד, אבער דאס פאלק האט זיך אריינגעמישט און אפגעהאלטן שאול דערפון[44].

פאראכטונג

שאול מיט דוד

אומקום

בית שאול

אין חז"ל

אין איסלאם

פסיכאלאגישע אנאליז

צו ליינען מער

רעפערענצן


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:הערות שוליים

ליידיגע פאראמעטער [ 1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

  1. שמואל א' ט, א.
  2. קיל זייט עז
  3. שמואל א' ט, ב.
  4. קיל זייט צה
  5. דעת סופרים זייט צד
  6. שמואל א' ח, א–ד.
  7. קיל זייט עה; עולם התנ"ך זייט 87
  8. שמואל א' ח, ה.
    1. רד"ק דארט.
  9. שמואל א' ח, ו–כב.
  10. קיל זייט פ
  11. רש"י און מלבי"ם אויף שמואל א' ט, כה.
  12. שמואל א' ט-י.
  13. רש"י אויף שמואל א' י, ט.
  14. רד"ק אויף שמואל א' י, יט.
  15. רש"י אויף שמואל א' י, יט.
  16. שמואל א' י.
  17. שמואל א' י, כו.
  18. שמואל א' יא.
  19. קיל זייט קג
  20. קיל זייט קג
  21. אברמסקי זייט 448
  22. שמואל א' י.
  23. שופטים ו, לד.
  24. שופטים יד, ו.
  25. דעת סופרים זייטן קיג-קיד; קיל זייט צא.
  26. אברמסקי זייט 449.
  27. שמואל א' יט, יח–כד.
  28. עולם התנ"ך זייט 118.
  29. שמואל א' יג, ב.
  30. שמואל א' יד, נב.
  31. עולם התנ"ך זייט 118.
  32. עולם התנ"ך זייט 118.
  33. שמואל א' יד, לא.
  34. שמואל א' יז, מט–נא.
  35. שמואל א' יז, נב.
  36. שמואל א' יד, נב.
  37. שמואל א' לא, א–ו.
  38. אברמסקי זייט 449-450.
  39. שמואל א' יד, מז–מח; יהודה אליצור, יהודה קיל, אטלס דעת מקרא, מוסד הרב קוק: ירושלים, תשנ"ח, זייט 202 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  40. שמואל א' ב, ט.
  41. דברי הימים א' ה, ט–יט.
  42. יהודה אליצור, יהודה קיל, אטלס דעת מקרא, מוסד הרב קוק: ירושלים, תשנ"ח, זייט 202 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  43. אברמסקי זייט 450-451.
  44. שמואל א' יג-יד.