רוי:אבולעפיא
ספרד'ישער משפחה נאמען
אבולעפיא (אויך געשריבן: אבולעפיה, אבולעפיו) איז א פאמיליע-נאמען (דער טייטש איז: "דער פאטער פון געזונט") פון א בארימטער אידישער פאמיליע, וואס האט געלעבט אין שפאניע איידער מען האט די אידן פון דארט פארטריבן.
עס איז פארהאן א מיינונג, אז די שפעטערדיגע אידישע פאמיליע "באלאפי" אין איטאליע און "באלאפעי" אין ענגלאנד שטאמען אויך אפ פון דער אבולעפיא-פאמיליע.
די דאזיגע פאמיליע האט ארויסגעגעבן פיל וויכטיגע אידישע פערזענליכקייטן; צווישן זיי זענען געווען מיניסטארן, רבנים, לומדים, דאקטוירים, אסטראנאמען, פילאזאפן, מקובלים, וועלכע האבן געשפילט א גרויסע ראלע אין אידישן לעבן.
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!