מסכת בבא מציעא
בָּבָא מְצִיעָא ("מיטלסטער טויער") איז דער צווייטער חלק פון מסכת נזיקין וואס הייבט אן סדר נזיקין, דער פערטער סדר אין משניות. דער חלק באהאנדלט בעיקר געלט טענות וועלכע נעמען זיך נישט פון שאדנס וואס דער צווייטער האט געטון, ווי די הלכות פון אבידה ומציאה, שומרים און זייער אחריות, הלוואות, אונאה, ריבית און שכירות.
מסכתא פון משניות און גמרא | |
מסכת בבא מציעא, דפוס ראם | |
סדר: | נזיקין |
---|---|
צאל פון משניות: | 101 |
פרקים: | 10 |
תלמוד בבלי בלעטער: | 118 |
תלמוד ירושלמי בלעטער: | 37 |
תוספתא פרקים: | 11 |
די דרייסיג פרקים פון מסכת נזיקין ווערן איינגעטיילט אין דריי, צען פרקים פער חלק, ווען בבא קמא (ערשטער טויער) ווערט נאכגעפאלגט מיט בבא מציעא (מיטלסטער טויער) און בבא בתרא (לעצטער טויער); יעדער פון די חלקים ווערט אבער אויך באטראכט ווי א מסכתא פאר זיך.
בבא מציעא איז איינגעטיילט אין צען פרקים, וואס אין זיי 101 משניות. עס האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 118 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.
ארט אין סדר נזיקין
דער רמב"ם ערקלערט[1] אז דער חלק קומט נאך די דיני נזיקין פון בבא קמא, אויפן זעלבן סדר ווי די תורה דערמאנט אין פרשת משפטים די הלכות פון די שומרים נאך די פארשידענע היזקות.
- ↑ פירוש המשניות, הקדמה