רוי:אנגינע

אנצינדונג אויף די מאנדלען
ווערסיע פון 21:20, 22 פעברואר 2024 דורך י'הושע (שמועס | ביישטייערונגען) (אוועקגענומען 'בעבודה')

 


אנגינע
Tonsillitis
Pos strep.JPG
קישורים ומאגרי מידע
MeSH מוסטער:Mesh מוסטער:Mesh
MedlinePlus 001043
סיווגים
ICD-10 J03, J35.0

אנגינע אדער מאנדלען אנצינדונג איז אן אנצינדונג אויף די מאנדלען, וואס זענען קליינע דריזן אין דעם העכערן חלק פונעם האלז, הינטער דעם צונג. עס קען זיין צייטווייליג[1][2] אדער כראניש[3]. עס איז דאס מערסטע צושפרייט אין קינדער און פאסירט געווענליך במשך די קעלטערע מאנאטן פון הערבסט און ווינטער[4]. 2% פון מענטשן באזיכן א דאקטאר צוליב דעם יעדעס יאר.

דער עיקר סימפטאם פון אנגינע איז א האלז ווייטאג, אבער דערצו קען אויך זיין היסן, קאפוויי, פיבער, רוקן ווייטאג, שוואכע שטימע, שוועריגקייט מיט שלונגען, און נאך. ווען מען קוקט אריין אינעם מויל, קען מען זען ווי די מאנדלען זענען געשוואלן און רויט מיט ווייסע פינטלעך דערויף.

עס געשענט מערסטענס צוליב א וויירוס, און אין ארום 5% ביז 40% פון פעלער פאסירט עס צוליב באקטעריע. געווענליך ווערט עס אנגעקלעבט פון איין מענטש צום צווייטן[4] דורך די לופט.

איין וועג פון זיך היילן דערפון איז דורך אנטיביאטיק, אבער דאס ניצן אנטיביאטיק איז קאנטראווערסיאל[5]. מעדעצינען צו פארלייכטערן דאס ווייטאג, ווי טיילענאל און אדוויל, זענען אפט רעקאמענדירט. רוב מענטשן ווערן געהיילט דערפון מיט אדער אן מעדעצינען. אין 82% פון מענטשן, גייען די סימפטאמען אוועק במשך פון איין וואך, מיט קיין חילוק צי עס איז פארהאן באקטעריע אדער וויירוסעס. אין פעלער ווי עס איז נויטיג, קען א כירורג ארויסשניידן די מאנדלען.

רעפערענצן

  1. CA03 Acute tonsillitis (ענגליש)
  2. Acute Tonsillitis (Code C97142) (ענגליש)
  3. CA0F Chronic diseases of tonsils or adenoids (ענגליש)
  4. 4.0 4.1 Tonsillitis (ענגליש)
  5. Controversies in the management of acute tonsillitis: an evidence‐based review (ענגליש)

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און דינט נישט פאר מעדיצינישע ראט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  דער ארטיקל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.