רוי:הרב דוד לאו

ווערסיע פון 01:04, 18 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ספרדישע" ב־"ספרד'ישע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
הרב דוד לאַו
David Lau.jpg
געבורט כ"א טבת תשכ"ו (יארגאנג: 58)
8'טער אשכנזישער הויפט רב אין ישראל
2013–אמטירט
שותף לשלטון יצחק יוסף (ספרד'ישער רב)

הרב דוד ברוך לאַו (געב' כ"א טבת תשכ"ו, 13טן יאנואר 1966, תל אביב-יפו) איז דער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל. ער איז געווען דער ערשטער רב פון שוהם און נאכהער דער הויפט רב פון מודיעין. ער איז א זון פון הרב הרב ישראל מאיר לאו, א פריערדיגער הויפט רב פון מדינת ישראל און היינט הויפט רב פון תל אביב.

ביאגראפיע

הרב דוד איז געבוירן געווארן אין תל אביב, כ"א טבת תשכ"ו, צו זיין פאטער הרב הרב ישראל מאיר לאו און זיין מוטער מרת חיה יוטא, א טאכטער פון הרב יצחק ידידיה פרענקל. מען האט אים גערופן דוד ברוך נאך זיין עלטער פעטער הרב דוד ברוך בראנד הי"ד, א ברודער פון רעבעצין פרענקל.

ער האט געלערנט אין יישוב החדש אין תל אביב און אין בית מתתיהו אין בני ברק, און אין דער פאניעוועזשער ישיבה.

ער האט געהייראט צפורה, די טאכטער פון הרב יצחק רלב"ג, א מיטגליד פונעם הויפט-ראבינאט ראט און אן אמאליגער פארזיצער פונעם ירושלימער רעליגיע-ראט, און זיין ווייב הדסה.

ער איז געווארן דער ערשטער רב פונעם יישוב שוהם. ווען מ'האט אויפגעשטעלט די שטאט מודיעין האט מען באשטימט הרב דוד דעם אשכנזישן הויפט רב.

ער האט רעדאקטירט די שו"ת "יחל ישראל" פון זיין פאטער, הרב ישראל מאיר לאו. אין תשס"ח האט ער ארויסגעגעבן זיין ספר "משכיל לדוד".[1]

י"ז אב תשע"ג האט מען אים געוויילט דעם אשכנזשישן הויפט רב פון ישראל, ביי די 47 יאר, דער יונגסטער צו ווערן געוויילט צו דעם אמט. ער האט געהאט דעם שטיץ פונעם פרעמיער מיניסטער, בנימין נתניהו, און פון די ש"ס און יהדות התורה פארטייען.



רעפערענצן

  1. יחל ישראל, מודיעין, תשס"ח


פריערדיגער:
הרב יונה מעצגער
אשכנזישער הויפט רב פון מדינת ישראל
תשע"ג -
נאָכפאלגער:
היינטיגער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!