באַניצער:תנא קמא/שופר

< באַניצער:תנא קמא
ווערסיע פון 00:00, 18 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ספרדישע" ב־"ספרד'ישע")
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון תנא קמא.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון תנא קמא.

דער שופר אין תנ”ך

א שופר איז דער הארן פון א בהמה, מיר נוצן אין ראש השנה דעם הארן פון א ווידער, צו דערמאנען די זכות פון עקידת יצחק, ווען אברהם אבינו עליו השלום האט געברענגט א קרבן פארן באשעפער א וווידער אנשטאט אזיין באליבטן בן יחיד יצחק, אויפן באפעל פון השם יתברך. אין די ערשטע צייטן פון דער וועלט האט מען שוין גענוצט די קלאנג וואס קומט ארויס פונעם שופר צו סימבאליזירן מאכט און גערודער, נעמט פאר א ביישפיל דעם מעכטיגן קול שופר ביים הייליגן מעמד קבלת התורה, ווואס האט אויפגעציטערט בשעתו די גאנצע וועלט. ביי כלל ישראל איז דער שופר א תשמיש דקדושה, און ביי להבדיל ביי געוויסע אידישע נאציאנאליסטן איז דער שופר נעבעך פארוואנדלט געווארן אין עפעס אזא אידישער סימבאל.

אין תנ”ך ווערט אומצאליג דערמאנט דער שופר, סיי ווען מ’איז געגאנגען אין מלחמה אריין, אזוי אויך איז דאס גענוצט געווארן צו זינגען און שפילן מיט איז זיסע בחנ’טע שטימע. קינד און קייט ווייסן צו דערציילן איבער די זיבן הקפות מיטן ארון הברית און הילכיגע שופר בלאזן וואס יושע בן נון האט אדורכגעפירט אין יריחו, און די ריזיגע מעכטיגע מויערן זענען איינגעשלינגען געווארן אין די ערד.

אויסער צו תקיעת שופר אום ראש השנה, פלעגט דער שופר גענוצט ווערן אין די צייטן איידערן חרבן הבית פאר נאך פארשידענע ענינים אין אידישקייט. מיט אים פלעגט מען בלאזן אין א תענית ציבור צו מעורר זיין אידן צו א געוויין, ביים אריינלייגן איינעם אין חרם רח”ל האט מען געבלאזן מיט 100 שופרות, ביים מקדש זיין דעם חודש, ביי לוויות, און ווען עס איז געקומען יובל.און בזמן בית שני, ערב שבת קודש האט מען זעקס מאל געבלאזן שופר אפצושיידן דאס פאלק פון א מלאכה.

אין די הייליגע טעג

היינט צוטאג בלאזן מיר שופר ראש השנה, צו מקיים זיין די מצווה פון “יום תרועה יהיה לכם”, דער וואס בלאזט ווערט גערופן “בעל תוקע”, און מיר ווייסן אז עס ליגט באהאלטן אין די תקיעות גאר גרויסע סודות און העכערע זאכן.

אבער פיל איידער ראש השנה פירט מען זיך ביי געוויסע קהלות צו בלאזן שופר. עס זענען דא וואס בלאזן שופר גאנץ חודש אלול, (אויסער ערב ראש השנה ווען מ’בלאזט נישט, צו אפטיילן צווישן די תקיעות מנהג און תקיעות דאורייתא, און צו פארמישן דעם שטן), ביי די אשכנזיש’ע אידן בלאזט מען נאך שחרית, און ביי געוויסע קרייזן בלאזט מען נאך מעריב. טייל פון די ספרדים זענען זיך נוהג אויך צו בלאזן אינמיטן סליחות, ווען מ’זאגט שלש עשרה מידות און ביי קדיש סוף סליחות, אבער ביי אנדערע ספרדיש’ע געמיינדעס רירט מען נישט צו דעם שופר גאנץ חודש אלול.

ווייטער מוצאי יום הקדוש בלאזט מען אויך א תקיעה גדולה, א זכר צום תקיעה פון יובל, און א שאלונג פון נצחון אז מ’האט אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר.


פארשידענע סארטן שופרות

עס איז פארהאנען מער פון איין סארט שופר וואס ווערט גענוצט ראש השנה דורך כלל ישראל פאר די תקיעות. לאמיר קלארשטעלן, יעדער נוצט בדרך כלל א הארן פונעם ווידער, מ’נעמט א הארן פון א זכר וואס איז שוין ערוואקסן,און דאס ווערט אויסגעליידיגט און אויסגעארבעט (לייענט שפעטער איבער די אינטערעסאנטע פארצעדור פון אויסארבעטן א שופר), כאטש וואס על פי הלכה איז כשר אויך א שופר פונעם שעפסל אדער א כשר’ע בעל חי וואס האט א שופר, (דער אקס למשל האט נישט קיין שופר נאר א ביין, ווייל מ’קען נישט אויסליידיגן די אינעווייניגסטן חלק פונעם הארן) אבער אין די משפחה פון ווידער’ס אליין איז אויך דא ב”ה גענוג א ברייטער אויסוואל, פאר יעדע קהלה און קרייז.

די מערסט באקאנטע איז דער “תימנ’ע שופר”, דאס איז א לאנגער געדרייטער שופר וואס איז געמאכט פון א בעל חי וואס איז באקאנט אלס די “אפריקאנער אנטילאפיע”, אדער גערופן אין קורצן די “קודו קעמל”.

עס איז זייער מערקווירדיג אז כאטש וואס געווענליך פסקנע’ן די תימנ’ע אידן להלכה ווי דער רמב”ם, דא אבער ביים שופר פסקנ’ט דער רמב”ם קלאר אז נאר א שופר פון א ווידער איז כשר, און די תימנים נוצן לכתחלה א שופר פון גאנץ א צווייטער בעל חי.

און עס איז טאקע נישט אריבער אזוי בשתיקה די תימנ’ע שופרות, דארט אין תימן. די תימנ’ע דור דעה’ניקעס,זענען ארויס מיט אן ערנסטן מלחמה קעגן די תימנ’ע שופר, אבער למעשה האבן זיי נישט קיין סאך אויפגעטון, און עס זענען דא אפילו וואס טענה’ן אז די קודו איז א סארט ווידער, ממילא איז עס כשר אפילו לויטן רמב”ם.

(די דור דעה’ניקעס זענען געווען א גרופע פון תימנ’ע אידן וואס האבן אין שפיץ פון הרב יחיא קאפאח זיך אפגעטיילט פון די צענטראלע אידישע קהלה אין די שטאט צנעא און לוחם געווען פאר אלע הלכות וואס די אלגעמיינע תימנ’ע אידן האבן נישט אנגענומען ווי דער רמב”ם. איבער די גרופע איז דא אסאך צו רעדן, ואי”ה עוד חזון למועד בל”נ).

עס זענען אויך פארהאנען די “אשכנזישע שופרות” וואס איז זייער קליינע שופרות, אביסל גרעסער פון א האנט-פלאך, וואס איז גרויס א טפח און האט א צורה פון א אות ו’.

נאכדעם זענען דא וואס זענען מקפיד צו בלאזן מיט שווארצע שופרות, אנדערע פירן זיך פארקערט, דווקא צו ניצן א ווייסן שופר, און יעדער האט דערביי זיינע טעמים און מנהגים, וואס אלע זענען הייליג און ריכטיג.

וויאזוי גרייט מען צו א שופר?

אצינד לאמיר זען וויאזוי א שופר ווערט אויסגעארבעט און פאבריצירט, פון א הארן אויפן קאפ פון א באשעפעניש, ביז צו איר פולקאמע דינסט צו פייפן און מעורר זיין אידישע קינדער צו תשובה אין בית המדרש, דורכשניידנדיג די לופטן מיט איר מאסיווער דערציטערנדער קוויטשעדיגער קול אין די הייליגע טאג ראש השנה.

רוב שופרות ווערן אימפארטירט פון לענדער וואו עס דרייען זיך ארום ווידער’ס פראנק און פריי, און ווערן געפאנגען דורך יעגער, וואס פארקויפן ווייטער די הערנער. עס וווערט ניש פראדוצירט אין ארץ ישראל אזויווי רוב תשמישי קדושה, וויבאלד די ווידער’ס וואס געפינען זיך אין ארץ ישראל פארמאגן שוואכע הערנער און זיי זענען נישט פון א גוטע קוואליטעט פאר שופרות.

אונזערע שופרות קומען מער ווייניגער פון צוויי פלעצער, פון די אראבישע לענדער פון צפון אפריקע(צווישן זיי מאראקא, טוניזיעאון אלדזשיריע) אדער פון דרום אפריקע, און די תימנ’ע שופרות קומט פון מזרח אפריקע. (אין קורצן: אפריקע איז דער מלך השופרות…)

רוב פון די אימפארטירטע הערנער וואס קומען אהן צו די שופר-פראדוצירער זענען צובראכן, פארשימלט אדער צושפאלטן. בלויז ארום 30 פראצענט קומען אהן צום פאבריק מיט גאנצע ביינער. דאן הייבט זיך אהן די עבודה קשה פון ארויסנעמען איידעלערהייט די מארך-ביין וואס ליגט אינעווייניג פון די הוילע שופר, און איר ארויסנעמען אז די אינדערויסנדיגע חלק זאל בלייבן גאנץ.

דער שופר ווערט אויסגערייניגט און אויסגעארבעט זייער איידל און רואיג, עס האט א אינטערעסאנטע מהלך וואס איז זייער קאמפליצירט (און די סוחרים ווילן עס ווי פארשטענדליך נישט דערציילן…), און נאך עטליכע טעג קוקט מען פון פריש איבער די אויסגעארבעטע שופרות, אויב ס’האט נישט קיין שום שפאלט אדער לאך וכדומה.

אינמיטן די פארצעדור ווערט דער שופר אריינגעשטעלט אין א ברענעדיגע ספעציעלע אויווען, וואו עס ווערט ביי געוויסע שופרות אביסל אויסגעגראדט אויף א פאכמאנישער אופן, כדי דער קול שופר זאל קענען ארויסקומען מיטן פולסטן שטארקקייט און פעסטקייט. די ספרד'ישע שופרות ווערן אינגאנצן אויסגעגראדט, און דאס קאסט זייער טייער טאקע צוליב דעם ווייל זייער אסאך שופרות צוברעכן זיך ביים אויסגראדן. די אשכנזיש’ע זענען גראד ביז צו א געוויסער ווינקל וואו עס ווערט שיעף, און די תימנ’ע בללייבן אינגאנצן געדרייט.

זאל השי”ת העלפן אז מיר זאלן שוין בקרוב הערן דער שופר של משיח, עס זאל זיין א שנת גאולה וישועה וכל טוב סלה.