רוי:אל-גאזאלי

פערסישער מוסולמענער פילאסאף און יוריסט

 

אל-גאזאלי
Al-Ghazali.png
געבורט 1058
פטירה 1111 (אלט: 53 בערך)
פאך טעאלאג; יוריסט; פילאזאף; מופטי; מיסטיקער

אַבו האַמיד מוכאמאד איבן מוכאמאד אַל־גאַזאַלי (בערך 1058–1111); פּערסיש: ابو حامد محمد ابن محمد الغزالی), באוואוסט ווי אַל־גאַזאַלי, איז געווען א סוני-מוסולמענער טעאלאג, יוריסט, פילאזאף, מופטי און מיסטיקער פון פערסישן אפטשאם.[1] ער איז באוואוסט מיט זיין השפעה אויף מוסולמענער טעאלאגיע.

ער איז געבוירן געווארן און געשטארבן אין פערסיע.

ער האט געדינט אלס הויפט פון א פראמינענטער אוניווערזיטעט אין באגדאד.

ער ווערט צומאל גערעכנט אלס דער גרעסטער מוסולמענער נאך מוכאמאד.

רעפערענצן

  1. "Ghazali, al-". The Columbia Encyclopedia (in ענגליש). Retrieved Feb 13, 2024.

דרויסנדע לינקס


  דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!