דרעפט:רבי חנינא
רבי חנינא בר חמא, וואס ווערט גערופן אין תלמוד סתם "רבי חנינא"[1], און צומאל "רבי חנינא הגדול"[2], איז געווען אן אמורא, אין בבל און ארץ ישראל. פון די חשוב'סטע תלמידים פון רבי, און איז געווארן אויסגעקליבן דורך רבי אין צו איבערנעמען אלס ראש ישיבה. כאטש וואס די תלמידים פון רבי זענען געווענליך פאררעכנט אלס אמוראים, איז אבער רבי חנינא פון די איינצלנע צו וועם מ'באציט זיך צומאל ווי א תנא[3].