רוי:אליעזר כהנעמאן

ווערסיע פון 23:11, 11 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פאנאוועזשער" ב־"פאניוועזשער")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
אליעזר כהנעמאן
געבורט י"ג תמוז תש"ז (יארגאנג: 77)

הרב אליעזר כַּהַנעמאַן (געבוירן י"ג תמוז תש"ז, 1טן יולי 1947) איז דער נשיא פון דער פאנאוויעזשער ישיבה, ד"ה אז ער פירט די אדמיניסטראציע און רעפרעזענטאציע פון דער ישיבה.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן צו הרב אברהם כהנעמאן און זיין ווייב רבקה אין די פאראייניגטע שטאטן, ווען זיי זענען געווען דארט פארן צוועק פון שאפן געלט פאר דער פאניוועזשער ישיבה. זיין זיידער איז געווען דער גרינדער פון דער ישיבה, הרב רבי יוסף שלמה כהנעמאן.

ער האט געלערנט אין דער פאניוועזשער ישיבה. אין יאר ה'תשכ"ט (1969) איז זיין זיידע נפטר געווארן און זיין פאטער האט איבערגענומען די נשיאות פון דער ישיבה.

ער האט חתונה געהאט מיט אלישבע, טאכטער פון רבי שלאמקע בערמאן און אן אייניקל פון הרב רבי יעקב ישראל קאניעווסקי. נאך דער חתונה האט ער געלערנט ווייטער אין דער ישיבה. במשך די יארן האט ער אנגעהויבן העלפן זיין פאטער מיט פארוואלטן די ישיבה. ער איז באשטימיט געווארן הויפט געלטשאפער פאר חוץ לארץ, און פאראנטווארטלעך אויף די אומבאוועגליכע גיטער פון דער ישיבה. נאָך זיין פאטער'ס פטירה אין 2009 האט ער איבערגענומען אלס נשיא. ער פירט עטליכע "דינערס" וואן מען שאפט געלט און וואו ער איז דער הויפט רעדנער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!