רוי:רבי יהודה אבן בלעם
געבורט |
ד'תש"ס טאלעדא |
---|---|
פטירה | ד'תתל"א (אלט: 71 בערך) |
וואוין אָרט | סעווילא |
השתייכות | ראשונים פון ספרד |
תחומי עיסוק | דקדוק, פירוש התנ"ך, פיוט, הלכה |
רבי יהודה בן שמואל אִבְּן בַּלְעַם (באקאנט אין אראביש אלס אבו זכרייה יחיא[1] אדער אבן-אלעם[2]; ד'תש"ס – ד'תתל"א[3]) איז געווען א וויכטיגער פארשער און מדקדק פון לשון קודש און מפרש פון תנ"ך. ער האט געשריבן דעם פיוט "בזכרי על משכבי".
רבי יהודה איז געבוירן אין טאלעדא צו א מיוחס'דיגע משפחה, און ער איז שפעטער אריבער וואוינען אין אין סעווילא, שפאניע.
טייל שרייבן אז עס איז שווער צו גלייבן אז זיין משפחה האט געהייסן נאך א רשע, און מעגליך אז עס נעמט זיך פון שטאט "בלעם" דערמאנט אין דברי הימים א' ו, נה: וְאֶת בִּלְעָ֖ם וְאֶת מִגְרָשֶׁ֑יהָ[4]; אנדערע שרייבן אז ער האט געהייסן בַּלעם, מיט א פתח אונטער'ן בית[5].
ווערק
זיינע אלע ספרים וועגן דקדוק און פירושים אויף תנ"ך האט ער געשריבן אין דער אראבישער שפראך, וואס איז דעמאלט געווען די באניצטע שפראך פון די אידן נישט נאר אין שפאניע, נאר אויך אין אפריקע, ארץ-ישראל און בבל. א טייל פון זיינע ספרים זענען איבערגעזעצט געווארן אויף לשון קודש.
אין זיינע פארשונגען באניצט ער זיך אויך מיט דער מעטאד פון פארגלייכן די אראבישע שפראך מיט לשון הקודש.
זיין פיוט "בזכרי על משכבי" ווערט געזאגט אין די ספרד'ישע קהילות אין די סליחות טעג און ימים נוראים. טייל שפעקולירן אז ער האט געשריבן נאך פיוטים וועלכע פארמאגן דעם אַקראָסטיק "בלעם"[6].
תקופת חייו של הרב רבי יהודה אבן בלעם על ציר הזמן |
---|
|
דרויסנדע לינקס
- יהודה בן שמואל אבן בלעם, אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ פיוט בזכרי על משכבי
- ↑ הזמנה לפיוט זייטל, על חייו ופועלו של ר' יהודה אבן בלעם, פרשן מקרא ופייטן.
- ↑ יאיר האס, פירוש אברבנאל ל"ממחרת השבת", אויף בר-אילן אוניווערזיטעט זייטל.
- ↑ אוצר הגדולים ד קסב
- ↑ ברית אבות ח מה
- ↑ חיים שירמאן, "המשוררים בני דורם של משה אבן עזרא ויהודה הלוי", ידיעות המכון למחקר בשירה העברית כרך שני עמ' 145, בערלין 1936.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!