רוי:אידישע געמיינדע

ווערסיע פון 20:05, 10 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א אידישע געמיינדע איז א גרופע אידן וואס וואוינען אין א יישוב (א שטאט אדער א שטעטל) און שאפן דינסטן פאר יידיש לעבן, למשל, מקוואות, שולן, חינוך, כשרות און א חברה קדישא.

פון ווען דאס אידישע לעבן איז געשאפן געווארן האט דאס אלס אנגעהאלטן אויפן פארנעם פון א קהילה/געמיינדע, און דאס איז געוועון דער ווירקזאמער מיטל וואס האט אלס אנגעהאלטן אז עס זאל נישט פארפאלן גיין, אלס איז מען ארום גענומען מיט רבנים און העכערע גייסטליכע, ווי צ.ב.ש. דיינים, שוחטים, מורי הוראות, און דאס איז געווען דער שטארקסטער געווער קעגן אסימילאציע

אנגעהויבן האט זיך דאס נאך ביים דור המדבר דער דור דעה וואס האט געהאט אזא גרויסן רבי'ן ווי משה רבינו, און שפעטער האט מען צוגענומען עטליכע פירער איבער יעדן אינדיווידואל, אז אז מיט דעם שטרענגען ארדענונג דיסציפלין האט מען אויסגעהאלטן אלע שווערע צייטן.

דערפאר איז נישט מער ווי רעכט אז די אידישע געמיינדעס ווי גרויסע און קליינע עס זאלן נאר זיין איז כדי דאס צו קאטעגאריזירן, אז מען זאל קענען צוזאמען שטעלן א שטיקל בילד וויאזוי עס איז אריבער פון איין דור צום צווייטן און פון איין גלות צום צווייטן, און וויאזוי מען איז איבערגעקומען אלע שוועריגקייטן.

קהילה מוסדות

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!