רוי:זשמיגראד

ווערסיע פון 19:56, 10 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
דער מארק פלאץ אין שטאט

זשמיגראד איז א קליין שטעטל אין יאסלוי דיסטריקט, פוילן.

עס וואוינען בערך 6,076 איינוואוינער אין דעם שטעטל.

דער לאקאלער בית המדרש וואס איז פארברענט געווארן דורך די נאציס
א געדענקמאל אויפן פלאץ וואו עס פארגעקומען א מאסן-מארד אויף די אידישע איינוואוינער פון שטאט, דורך די נאציס

אין דעם שטאט האט געדינט רבי סיני האלבערשטאם אלס רב, און פון דארט איז אויסגעשטיגן דאס זשמיגראדער חסידות.

צווייטע וועלט-מלחמה

ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה איז געווען אין דער שטעטל א גרויסע אידישע קהילה, וואס איז בעיקר באשטאנען פון חסידישע פאמיליעס, צאנזער חסידים.

אום 7טן יולי 1942 זענען אלע אידישע איינוואוינער באפוילן געווארן זיך צו פארזאמלען אין דער צענטער פון שטאט. די אידן, בערך 1,250, זענען שפעטער אריינגעפירט געווארן אין וואלד, וואו זיי זענען ליידער קאלטבלוטיג דערשאסן געווארן דורך די גרויזאמע נאצישע רוצחים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!