רוי:ציריכער אוניווערסיטעט

אוניווערסיטעט אין דער שווייץ
ווערסיע פון 15:24, 9 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אוניווערסיטעטן" ב־"אוניווערזיטעטן")


ציריכער אוניווערסיטעט
לאגא
גרינדונג דאטע: 1833
טיפ: פובליקער אוניווערסיטעט
פרעזידענט: האנס וועדער
מאנשאפט: 2,700
סטודענטן: 24,195
לאקאציע: ציריך, שווייץ
קאמפוס: שטאטיש
היימבלאט: www.uzh.ch

דער ציריכער אוניווערסיטעט (דייטש Universität Zürich) איז דער גרעסטער אוניווערסיטעט אין דער שווייץ.

דער ציריכער אוניווערסיטעט איז געגרינדעט געווארן דעם 29סטן אפריל 1833 דורך דער פאראייניגונג פון דריי באזונדערע קאלעדזשן פאר געזעץ, מעדיצין און טעאלאגיע אין איין אקאדעמישן אנשטאלט. אויך האט מען אויפגעשטעלט דארט א נייעם פאקולטעט פאר פילאזאפיע. ציריך אוניווערסיטעט איז געווען דער ערשטער אין אייראפע וואס א לאנד האט אויפגעשטעלט און נישט א מלך אדער א קירכע. פון 1847 האט מען ערלויבט פרויען צו הערן לעקציעס אין פילאזאפיע, און אין 1866 האט מען אריינגענומען אין אוניווערסיטעט צום ערשטן מאל א פרוי ווי א פולשטענדיגן סטודענט. אין 1901 האט מען אויפגעשטעלט דעם פאקולטעט פון וועטערינעריע, וואס איז דער עלצטער פאקולטעט פאר וועטערינעריע אין דער וועלט. אין 1914 איז דער אוניווערסיטעט אריבער צו א נייער לאקאציע אין ציריך.

די צענטראלע פאקולטעטן היינט זענען טעאלאגיע, קונסט, וויסנשאפט, מעדיצין, וועטערינעריע, עקאנאמיק און געזעץ. אין 2003 זענען געווען איינגעשריבן 23,421 סטודענטן, מער ווי העלפט פון זיי פרויען, און 4,170 מאנשאפט, פון זיין עטליכע 400 פראפעסארן.

דער אוניווערסיטעט רעכנט א סך וויסנשאפטלער און נאבעל פריז געווינער:

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!