רוי:רבי ישראל הורוויץ (מעליץ)

ווערסיע פון 07:42, 8 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ליזשענסק" ב־"ליזענסק")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי ישראל הורוויץ זצ"ל (ה'תר"יה'תר"ס) איז געווען דער דזשיקאווער רב פון מעליץ.

אפשטאם

רבי ישראל איז געבוירן אין יאר ה'תר"י (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יהודה הורוויץ, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב חיים מאיר יחיאל, דער שרף פון מאגלניצא (אן איידעם פון הרב אלעזר פון ליזענסק, א זון פון נועם אלימלך), א זון פון הרב אבי עזרא זעליג פון גרעניץ, דער איידעם פונעם קאזשניצער מגיד.

רבנות

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרל"ט האט רבי ישראל געהאלטן אז דאס מעליצער רבנות געהערט צו אים, אבער זיין ברודער רבי נפתלי האט שוין דאס פריער איבערגענומען, ער האט זיך געעפענט אן אייגן בית המדרש, וואו ס'האט געדאווענט די דזשיקאווער חסידים.

הסתלקות

רבי ישראל איז נפטר געווארן יונג אומגעפער אין יאר ה'תר"ס.

פאמיליע

רבי ישראל האט געהייראט מרת מלכה א טאכטער פון הרב רבי מאיר הורוויץ, דער אמרי נועם. זייערע קינדער:

  • מרת שפרה די ווייב פון הרב משה שפירא רב אין בערטש.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וואונדער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!