רוי:צווייטע אינטיפאדע

2000–2005 פּאלעסטינער אויפשטאנד און טעראר כוואליע
ווערסיע פון 15:04, 5 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "רעסטאראן" ב־"רעסטאראנט")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

על אקצא אינטיפאדע (אויך אַל־אַקצאַ־אינטיפאַדע) איז דער אויפוואכונג פון טעראר מצד די פאלעסטינער באפעלקערונג אין ארץ ישראל קעגן די אידן דאס האט זיך אנגעהויבן נאך א וויזיט פון אריק שרון, אויפן הר הבית אין סעפטעמבער 2000, מיט זיינע מענטשן, און באגלייטער, האבן די פאלעסטינער אנגעפאנגען מיט געוואלדטאטן, ווי צענדליקע זענען פארווונדעט געווארן, נאכפאלגענדיק דאס האבן די אראבער אין ישראל, און אין מערב ברעג, דורכגעפירט ווילדע ראיאטן, און 26 פאלעסטינער זענען אומגעקאמען, אין מערערע פארווונדעטע.

די פאליציי אין ישראל האבן ביי די ווילדע ראיאטן, זיך אויפגעפירט זייער אגרעסיוו, און האבן געשאסן און אומגעברענגט צוויי ישראלדיקע אראבער, וואס דאס האט אריסגעברענגט די אראבער אין די מאסן צו די ראיאטן, און נאך עלף זענען אומגעקאמען.

די אינטיפאדע האט זיך אנגעפאנגען אין אום על פאכעם, א שטאט וואס געפונט זיך צווישן חדרה, און עפולה, אויף שאסיי נומער 65, און ביי די געוואלדטאטן האבן זיי אפגעשטעלט די פארקער אויפן שאסיי, וואס איז א צענטראלע שאסיי וואס פירט צום גליל.

דורכאויס די אינטיפאדע, זענען 1,060 ישראלער געהרגט געווארן, און נאנט צו 3,500 פאלעסטינער זענען געהרגט געווארן.

עס האט אנגעהאלטן פיר יאר און פינעף מאנאטן, ווי הונדערטע ציווילע זענען אומגעקאמען, און פארוואונדעט געווארן, דורכאויס די צווייטע אינטיפאדע, (די ערשטע איז געווען אין 1987, ווען א ישראלער האט אומווילנדיק, אראפגעקלאפט א פאלעסטינער קינד אין עזה.

די פראגע וואס האט זיך געדרייט איז, ווער האט אנגעצינדען די פייער, די לינקע טענהן, ווייל שרון איז ארויף אויפן הר הבית, זענען די אראבער געווארן אויפגעברויזט, פון די אנדערע זייט, די רעכטע זאגן די אינטיפאדע האבן זיי שוין געהאט אין פלאן נאך פון פריער, נאר האבן געווארט אויף אן אויסרייד.

דערווייל איז שרון געווארן פרעמיער מיניסטער, און נאך א זעלבסטמארד אטאקע וואס האט אויפגערודערט די לאנד, פסח אויפדערנאכט ביי א סדר, אין די פארק האטעל אין נתניה, וואס 29 זענען אומגעקאמען אין די אטאקע, האט געברענגט דערצו דער באשלוס פון אן אפעראציע קעגן די טעראר, פון די מערב ברעג, צהל איז אריין אין די שטעט זשענין, שכם, און נאך, און פארניכטעט, און קאנפיסקירט מערערע וואפן, 22 זעלנער, און 52 פאלעסטינער זענען געהרגט געווארן אין די שלאכטן.

טייל פון די טעראר אטאקעס

דאס איז א טיילווייזע ליסטע פון שוידערליכע טעראר אטאקעס, וואס האבן געכאפט די קעפלעך אין די צייטונגען; עס זענען געווען נאך אסאך נישט אזעלכע באוויסטע.

  • 2001 אויטאבוס סטאנציע, א פאלעסטינער איז איבערגעפארן מיט זיין אויטאבוס, אכט ישראל זעלנער וואס זענען געווען דארט זענען אומגעקאמען.
  • חברון שלהבת פס, א קליין קינד, אומגעברענגט דורך א פאלעסטינער צילשיסער, אין איר קינדער וועגעלע.
  • תל אביב א זעלבסטמערדער האט זיך אויפגעריסן, ביי אן אריינגאנג צו א קלוב, פון וואס 21 יוגענטליכע זענען געהרגט געוארן.
  • ירושלים אינעם רעסטאראנט סובארו, האט א באמבע אומגעברענגט 14 מענטשן.
  • עמנואל א שיסעריי מיט א באמבע, האבן אומגעברענגט צען מענטשן, ביים אריינגאנג צום שטעטל.
  • ירושלים 11 יוגענטליכע געהרגט, ביי א געדריטעלטע זעלבסטמארד אטאקע, אין בן יהודה געגנט.
  • 2002, די שווערסטע יאר דורכאויס די אינטיפאדע, און 453 ישראלער זענען אומגעקאמען די יאר.
  • חדרה גראנאטן אין א זאל 6 אומגעקאמענע.
  • א ציל שיסער ברענגט אום 7 זעלנער, און 3 ציווילע, ביי א זיכערהייט קאנטראל אין מערב ברעג.
  • ירושלים אין קאפע מאמענט, א זעלבסטמערדער הרגעט 11 מענטשן.
  • קיבוץ מצובה, א באמבע ברענגט אום 6 מענטשן.
  • נתניה א זעלבסטמערדער רייסט זיך אויף ביי א סדר, פסח ביינאכט, אין די פארק האטעל, און 29 זענען געהרגט געווארן.
  • חיפה אין מצה רעסטאראנט, הרגט א זעלבסטמערדער פערצן מענטשן.
  • ביי יגור קרייצונג, 8 מענטשן געהרגט אין א זעלבסטמארד אטאקע.
  • ירושלים א באמבע אין שוק מחנה יהודה, 6 געהרגט.
  • ראשון לציון א זעלבסטמארד אטאקע אין א קלוב, ברענגט אום 14 מענטשן.
  • מגידו קרייצונג, אן אויטא וואס איז געווען פארזעצט מיט א באמבע, קומט נאנט צו אן אויטאבוס. און רייסט אויף, 17 געהרגטע.
  • ירושלים צוויי באמבעס ביי וויכטיגע שאסייען, ברענגט אום 26 מענטשן.
  • העברעישע אוניווערזיטעט אין ירושלים, א באמבע אין די קאפעטעריע, הרגט 7 סטודענטן.
  • מירון א זעלבסטמערדער רייסט אויף אן אויטאבוס, 9 געהרגטע.
  • כרכור קרייצונג, אן אויטא צוגעטשעפעט צו א באמבע, רייסט אויף אן אויטאבוס, 14 אומגעקאמען.
  • ירושלים זעלבסטמארד אטאקע אין אן אויטאבוס, 11 אומגעקאמענע.
  • בית שאן אין די ליכוד פארטיי הויפטקווארטיר פון שטאט, 6 געהרגטע.
  • אין יאר 2003 איז שוין געווען ווייניגער טעראר אטאקעס.
  • תל אביבע אלטע אויטאבוס סטאנציע, דאפלטע זעלבסטמארד, 23 אומגעברענגט.
  • חיפה 15 געהרגטע, ביי א זעלבסטמארד אטאקע, אין אן איטאבוס.
  • אן אוטאבוס אויף יפו גאס אין ירושלים, האט אויגעריסן און אומגעברענגט 17.
  • א זעלבסטמערדער האט זיך אויפגעריסן, אויף אן אויטאבוס וואס איז געקאמען פון כותל, אין די בית ישראל געגנט אין ירושלים, 23 געהרגטע.
  • חיפה אין די רעסטאראנט מאקסים, זעלבסטמארד אטאקע ברענגט אום 21 מענטשן.
  • מיליטערישע באזע צריפין, אכט געהרגטע ביי א טעראר אטאקע.
  • אריינגאנג צו בני ברק, 4 אומגעקאמענע.
  • 2004 איז שוין נישט געווען קיין סאך טעראר אקטיוויטעטן, און דערפאר זענען די אטאקעס פארמינערט געווארן, א טייל דערפון דורך די אבלאוועס פון די מיליטער און שפיאנאזש, וואס האט געכאפט טעראריסטן נאך פארן ארויסגיין צום אטאקע.
  • צוויי באזונדערע זעלבסטמארד אטאקעס, אין ירושלים, ברענגט אום 11 און 8 מענטשן.
  • א דאפעלטע זעלבסטמארד אטאקע אין באר שבע, 16 אומגעקאמען.
  • 2005 איז געווען א פאר טעראר אטאקעס, אבער עס איז שוין נישט געווען ווי די יארן פארדעם

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!