רוי:רבי יהושע בן לוי

ווערסיע פון 02:33, 28 יאנואר 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בעזהשי"ת)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי יהושע בן לוי איז געווען אן אמורא פון די ערשטע דור ארץ־ישראל'דיגער אמוראים.

רבי יהושע בן לוי איז געווען באוואוסט מיט זיין ערליכקייט און קדושה, און פילע וואונדער מעשיות ווערן דערציילט אין גמרא איבער אים, ווי אז ער האט זיך באפריינדעט מיט אליהו הנביא, און באגענען דעם מלך המשיח און דעם מלאך המות. רבי יהשע [וואס ערט צומאל אויך גערופן "בר ליואי" – זון פון לוי[1]] איז געווען פון די ערשטע דור פון ארץ־ישראל'דיגער אמוראים תלמידים פון רבי יהודה הנשיא (רבי), און איז געווען א לוי[2]. זיין טאטע איז אויך געווען א צדיק גמור[3][א].

טראץ וואס לויט זיין צייט איז רבי יהושע בן לוי געווען אן אמורא[6], דאך זענען פארהאן וואס פאררעכענען אים ווי א תנא, וויבאלד א מאמר זיינער ווערט געברענגט אין די לעצטע משנה אין ש"ס[7][ב]. [פארהאן וואס ערקלערן אבער אז די סיבה פאר'ן ווערן דערמאנט אין די משנה, איז וויבאלד ווען ער האט געזאגט דעם מאמר פאר רבי, איז עס אים געפאָלן און ער האט עס אריינגעשטעלט אין משנה בשמו[8]. אדער וויבאלד ער איז געווען אזוי גרויס ביי בני דורו, האט מען צוגעלייגט זיין מימרא סוף פון די משניות[9].]

ס'איז יתכן אז רבי יהושע בן לוי האט נאך געלערנט ביי רבי, און אין פיל פלעצער דערציילט ער פאסירונגען וואס זענען געשען ביי רבי, און ברענגט אויך זאכן אין זיין נאמען. אבער מען טרעפט נישט אין ערגעץ קלאר אז ער האט גערעדט מיט רבין פנים צו פנים[ג]. [מעגליך אז די סיבה דערצו איז וויבאלד זיין באשטימטן ארט איז געווען אין וואס אין דרום[11] און ער איז בלויז געקומען צומאל צו רבי'ס ארט, אין צפורי און טבריה וואס אין צפון[12].]

אין זיין וואוינארט, אין לוד, האט רבי יהושע געלערנט ביי די גדולי הדור וואס האבן געוואוינט דארט: רבי אלעזר הקפר (וואס איז געווען פון די לעצטע תנאים) און בר קפרא. אויך האט ער מקבל געווען פון יהודה בן פדיה א זון בר קפרא'ס שוועסטער, באקאנט מיט'ן נאמען "בר פדא"[13].

נאטיצן

  1. פארהאן וואס קלערן אז זיין פאטער לוי איז לוי בר סיסי דער באוואוסטער תלמיד פון רבי[4]. מען קען אבער נישט זאגן אזוי, וויבאלד רבי יהושע בן לוי און לוי בן סוסי זענען געווען אין איין דור און נאנט אין יארגאנג, און אויך וויבאלד לוי האט געשטאמט פון בבל ווידער רבי יהושע בן לוי פון ארץ ישראל[5]
  2. עס זענען אבער פארהאן וואס זאגן אז עס זענען געווען צוויי רבי יהושע בן לוי – איינס א תנא און דער צווייטער אן אמורא. זעט ערכי תנאים ואמוראים; פירוש ר"ש בן היתום מועד קטן ה, א
  3. אין איין פלאץ אין תלמוד איז אבער דא גירסא אז ער האט געזאגט "שמעתי מרבי"[10] זעט אויך די ווערטער פון יוחסין אינעם פריערדיגן פאראגראף

רעפערענצן

  1. ווי אין שבת קנו, א; תענית כה, א
  2. חולין קו, ב; זעט אויך תלמוד ירושלמי, מסכת מעשר שני, פרק ה', הלכה ג'
  3. זעט סנהדרין צח, א, און רש"י דארט, געברענגט שפעטער
  4. ידי משה אויף בראשית רבה, פרשה ע"ח, פסקה ה', געברענגט אין סדר הדורות
  5. ספר יוחסין, עמוד 149; תולדות תנאים ואמוראים
  6. זעט: רש"י, בבא קמא פב, א און נדה יח, ב; רי"ף פסחים י, א
  7. משנה, עוקצין ג, יב; ווי אויך אין א ברייתא אבות ו, ב (זעט יוסף אומץ לחיד"א מו)
  8. ספר יוחסין, עמוד 67
  9. תולדות תנאים ואמוראים; זעט אויך רש"ש עוקצין דארט
  10. זבחים יג, ב לויט דער שיטה מקובצת'נס גירסא דארט; ערכי תנאים ואמוראים; און ספר יוחסין עמוד 149
  11. תלמוד ירושלמי, מסכת תרומות, פרק ח', הלכה ד'
  12. תולדות תנאים ואמוראים
  13. זעט מדרש תנחומא פרשת וארא פיסקא ה'; בראשית רבה, פרשה צ"ד, פסקה ה'