טעקע:Regel2.jpg
דער שער בלאט פון ספר רגל ישרה, ערשטער אויסגאבע
טעקע:Regel1.jpg
דער שער בלאט פון ספר רגל ישרה, נייע אויסגאבע

רגל ישרה איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו שפעטער באקאנט געווארן אויף דעם נאמען פון זיין ספר בני יששכר.

דער מחבר

רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים געריפן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט, דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דיבעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.

רבי הערש מילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר רגל ישרה איז נאך באקאנט: אגרא דפרקא, אגרא דכלה, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות,, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא.

אינהאלט

דער ספר רגל ישרה איז אן אריינפיר און א שליסעל צו דער חכמת הקבלה געשריבן לויט דעם סדר פון א"ב.

אויסגאבעס

  • לעמבערג ה'תרי"ח, תרנ"ח, ארויסגעגעבן דורך רבי דוב בער, וועלכער האט געקויפט דעם כתב יד פון רבי שמואל שפירא פון פרעמישלא, דער יונגסטער זון פון מחבר.
  • בני ברק ה'תשנ"ג, ארויסגעגעבן דורך הרב צבי אלימלך פאנעט, קאסאנער רב פון בני ברק.

אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר רגל ישרה פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אנדערע אויסגאבעס.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • בית עקד ספרים
ספרי בית דינאוו

אגרא דכלה · אגרא דפרקא · אור למאיר · אזהרות מהרצ"א · בני יששכר · ברכה משולשת · דברים נחמדים · דרך עדותיך · דרך פקודיך · הגהות והוספות מהרצ"א · הגהות מהרצ"א · הלכות ותקנות · הנותן אמרי שפר · והיה ברכה · זכרון מאיר · חדושי בני יששכר · חדושי מהרצ"א · טעמי המצות · יודעי בינה · כלי הרואים · לקוטי מהרצ"א · מגיד תעלומה · מעין גנים · נחל אמונים · סדר הקרבנות · צבי לצדיק · צמח דוד · קרן ישועה · רגל ישרה · ריח דודאים · תקנות תמכין דאורייתא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!