רוי:פני דוד

ווערסיע פון 10:54, 14 יאנואר 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (וויקיפּעדיע אנטיק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

פני דוד איז א ספר פון חיד"א אויף חמשה חומשי תורה, פירושים, נימוקים, און פשטים, אויך הערות אויף אסאך מפרשי תורה. געדרוקט אין יאהר ה'תקנ"ב.

עס געפינט זיך דערין אסאך פון נימוקים פון רבי ישעיה די טראני דער ערשטער, א קדמון. אסאך רמזים פון רבי אפרים מרגענסבורג, און פון רבי אליעזר מגרמייזא דער בעל ספר הרוקח, אויך איז דא דערין אסאך טייטשען על דרך הקבלה.

אין יאר ה'תקל"ח איז דער חיד"א געווען אין פאריז אין ביאבליאטעק, אין חודש תמוז האט דער חיד"א באקומען פון זיין חבר פאברי א ספעציעלע רשות מען זאל אים בארגן פון דארט כתבי יד, דער כתב יד וואס דער חיד"א האט אזוי שטארק געדארפט איז געווען דער פירוש פון רבי ישעיה די טראני, דער ערשטער אויף חומש, דער חיד"א האט דאס אינגאנצן איבערגעשריבן פון כתב יד א גאנצע נאכט, און האט דערפון געדרוקט די "נימוקים פון רבי ישעיה די טיראני אין זיין ספר פני דוד.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!