רוי:רבי יצחק אבוהב דע-פאנסיקא
רבי יצחק אבוהב דע-פאנסיקא (ה'שס"ה–כ"ז אדר ב' ה'תנ"ג) איז געווען א רב פון די ספרד'ישע קהילה אין אמסטערדאם, אין דער ערשטער רב אין די נייע וועלט. ער איז אויך געווארן באקאנט אלס א דרשן אין האלאנד, א מקובל, און איבערזעצער פון ספרים צו לשון קודש.
ביאגראפיע
רבי יצחק איז געבוירן געווארן אלס באהאלטענער איד אין פארטוגאל אין יאָר 1605. ווען ער איז אלט געווען זיבן יאָר זענען זיינע עלטערן מיט אים אנטלאָפן פון פּאָרטוגאל, כדי זיך צו באזעצן אין א פריי לאנד און ווערן צוריק עפנטליכע אידן. אויפן וועג איז זיין פאָטער געשטאָרבן, און זיין מוטער איז מיט אים אנטלאָפן קיין אמסטערדאם, וואו זיי זענען געוואָרן עפנטליך אידן.
שוין אין דער יוגנט האָט ער ארויסגעוויזן גרויסע פעאיגקייטן אין לערנען און איז שפּעטער געווען רב צוערשט אין אמסטערדאם, דערנאָך אין בראזיל אין דער שטאָט פּערנאמבוקאָ, און דערנאָך ווידער אין אמסטערדאם.
אין זיינע צייטן האָט געלעבט אין אמסטערדאם דער בארימטער אידישער פילאזאף ברוך שפינאזא, און רבי יצחק איז געווען איינער פון די רבנים וואָס האָבן געלייגט שפּינאָזא'ן אין חרם.
ספרים
רבי יצחק האָט איבערזעצט פון שפאניש אויף לשון קודש די צוויי פילאָזאָפישע קבלה-ספרים "בית א-להים" און "שער השמים" פון רבי אברהם אירירה. אין דער הקדמה פון "שער השמים" געבט ער איבער וויכטיגע היסטאָרישע פאקטן פון די אידישע ליידן אין פּאָרטוגאל פון דער אינקוויזיציע. ער האָט אויך געשריבן אויף פארטוגעזיש א צאל ספרים מיט דרשות פון רעליגיעז פילאָזאָפישן אינהאלט. א באדייטונג האָט אויך זיין איבערזעצונג פון חומש אויף שפּאניש.
רבי יצחק האָט געהאט א גרויסע ביבליאטעק, און דער קאטאלאָג פון זיינע ספרים איז געדרוקט געוואָרן אין יאָר 1693.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!