רוי:אב בית דין
דער אב בית דין (אין ראשי תיבות: אב"ד) איז דער דיין וועלכער זיצט אין שפיץ פון בית דין, און איז א טיטל וואָס ווערט געגעבן דעם העכסטן רב אין א שטאָט.
אין די תקופה פון סמיכה איז דער דיין געווען דער צווייטער אין ראנג צום נשיא.
היסטאריע
דער טיטל שטאַמט פון גאָר אלטע צייטן. לויט דער גמרא[1] איז שוין דער אב-בית-דין געווען אין די צייטן ווען עס האָט איבער די אידן געהערשט שאול המלך. עס איז שווער צו זאָגן, ווען דער דאָזיגער טיטל איז איינגעפירט געוואָרן אפיציעל ביי אידן. די משנה[2] זאָגט, אז אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש זענען אין דער שפּיץ פון סנהדרין געשטאַנען צוויי פּערזאנען, די "זוגות", -- וואָס ווערן דערמאָנט אין פּרקי אבות -- איינער פון זיי איז געווען דער "נשיא" און דער צווייטער איז געווען דער "אב בית דין".
זיכער איז, אז דער אב בית דין איז געווען איינער פון די העכסטע רעליגיעזע פירער ביי אידן אין ארץ ישראל אין דער צווייטער העלפט פון בית-שני, און אויך אין די צייטן פון משנה און פון דער גמרא.
כבוד און פונקציעס
אין דער תוספתא[3] ווערט געזאָגט, אז ווען דער אב בית דין פלעגט אריינקומען אין בית המדרש, האָבן אלע מענטשן נעבן וועלכע ער איז פארבייגעגאנגען זיך געמוזט אויפשטעלן. ווען דער אב בית דין איז נפטר געווארן, האָבן אלע זיך געמוזט קריעה-רייסן[1], און אין אלע בתי מדרשים האָט מען אויפגעהערט לערנען יענעם טאָג אלס צייכן פון טרויער[4].
דער אב בית דין פלעגט פעסטשטעלן ווען ראש חודש איז, און ער פלעגט הייליגן דעם ראש חודש[5].
שפעטערע תקופות
אויך נאָך די צייטן פון דער גמרא, אין דער עפּאָכע פון די גאונים, סיי אין בבל און סיי אין ארץ-ישראל, איז געווען איינער פון די פירער פון דער ישיבה וואָס האָט געטראָגן דעם טיטל אב בית דין.
אין די שפּעטערע צייטן אין אייראָפּע געפינען מיר אסאך רבנים באצייכנט מיט דעם טיטל "אב"ד" (וואָס איז די ראשי-תיבות פון אב בית דין) אָדער ראב"ד ("ראש (אב) בית דין" אָדער "רבינו אב בית דין").
צו ליינען מער
- שי"ר, "אב בית דין", ערך מלין, אויף היברובוקס
- דער ערך "אב בית דין", אין מיקרופדיה תלמודית, אויף ויקישיבה
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!