רוי:לודוויג בערנע

דייטשער זשורנאליסט און שריפטשטעלער
ווערסיע פון 13:34, 5 יאנואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

פארטרעט פון לודוויג בערנע.

לודוויג בערנע (דייטשיש: Karl Ludwig Börne) (1785 אין פראנקפורט - 1837 אין פּאַריז) איז געווען אַ שריפטשטעלער און דענקער און פרייהייטס־קעמפער אין דייטשלאנד. ער האָט געשטאַמט פון יידן, געהייסן אַלס ייד "לייב ברוך".

ער האָט געמוזט אַנטלויפן פון דייטשלאַנד קיין פאריז. צוזאַמען מיט היינע געשאַפן דעם דייטשן פעליעטאָן.

אין זיינע שריפטן און צייטונגס־אַרטיקלען האָט ער געפירט אַ שטאַרק קאַמף קעגן רעאַקציע און אַנטיסעמיטיזם. באַקאַנט זענען זיינע "בריוו פון פּאַריז" און אַנדערע ווערק, וועלכע זענען ערשינען אין דער זאַמלונג "נאכגעלאסענע שריפטן" היינע האָט פאַרעפנטליכט קעגן אים די פּאָלעמיק "בריוו איבער בערנע."

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!