רוי:בני-הית און בני-חית

צווייגן פון אשכנזי'שע קהילות אין מיטל אלטער
ביילייפיגע גרעניצן צווישן בני־הית, בני־חית און מערב כנען אין 15טן י"ה לויט מאַקס וויינרייך.

בני־הית און בני־חית זענען געווען צוויי צווייגן פון אשכנזים אין מיטל אלטער. די נעמען צייגן דעם אונטערשייד אינעם שטייגער פון אַרויסזאגן דעם אות "חית". דער חילוק צווישן די גרופּעס איז געווען אַ קולטורעלער: אין מנהגים און אין שפּראַך.

עטימאָלאָגיע

בני חֵת טרעפט מען אין ספר בראשית: דאָס איז געווען אַ פאָלק וואָס האָט פאַרקויפט די מערת המכפלה פאר אברהם אבינו, צו באַגראָבן שרה. פאַר אידישע ישובים אין דייטשלאנד זינט 15טן י"ה איז דאָס געווען אַ "שיבולת": "בני־הית" זענען געווען די וואָס האָבן אַרויסגערעדט דעם חית ווי הא, און אין מויל פון די "בני־חית" (אָדער "בני־כית") איז דער חית געווען אַזוי ווי כף. באַשרייבנדיג דעם דאזיגן דיפערענץ האט מען געמיינט די הברה פון לשון קודש, אָבער ס'האָט באַרירט אויך דעם סעמיטישן קאָמפּאָנענט פון טאָגטעגליכע שפראך.[1][2]

מקורות

דער חילוק איז געווען גוט באַקאַנט פאַר די רבנישע אויטאָריטעטן און אידישע לינגוויסטן אין 15טן-17טן י"ה, און עס זענען געבליבן עטליכע באַשרייבונגען פון דעם ענין. דיסקוטירנדיג וואריאציעס אין מנהגים, באַצייכענען די מחברים די געביטן וואו געוויסע מנהגים טיילן זיך, מיט די נעמען "תפוצת רינוס" ,"בני רינוס", "בני הית" קעגן "בני עסטרייך" און "בני חית" (אין אזעלכע ווערק ווי 'לקט יושר' פון א תלמיד פון תרומת הדשן, מהרי"ל, און 'מנהגי מהרי"ל' געשריבן דורך זיין תלמיד). צומאל ווערט באהאנדלט די לינגוויסטיק אַליין: ווען עס רעדט זיך וועגן די מנהגים פון הברה, פּאָעזיע אָדער עטימאָלאָגיע (אין 'תרומת הדשן', 'לקט יושר', און דורך רבי אליהו בחור און דער מהר"ם מינץ)[1][3][4][5].

לינגוויסטישע אונטערשיידן

דער עיקרדיקער לינגוויסטישער חילוק צווישן די ביידע גרופּעס איז געווען אַ פאָנעטישער. ער האָט באַרירט די הברה פון לשון קודש און תרגום לשון גופא און אויך דעם אינטעגרירטן סעמיטישן קאָמפּאָנענט אין די דייטשיש־באַזירנדיקע שפּראַכן: יידיש אין ברייטן זינען. די דייטשישע קאָמפּאָנענטן אין די דאָזיקע שפּראַכן פון זייער זייט האָבן אויך פאַרשידענע יסוד־דיאַלעקטן.

אינעם קאָנסאָנאַנטיזם איז דער בולטסטער הבדל געווען אינעם אופן אויסצוריידן חית, וואָס האָט געגעבן דעם נאָמען פאַר די צוויי גרופּעס אַשכנזים. דער תחילת־פאַרינגאַלער קלאַנג פונעם סעמיטישן ח (אַ פּנים [ħ], דער שטימלאָזער פאַרינגאַלער פריקאַטיוו) האָט פאַרלוירן זיין באַפאַרבונג אין דער סביבה פון אייראָפּעישע שפּראַכן. דער דאָזיקער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן בפירוש אין די ישובים, וואָס די אַשכזים האָבן פון זיי געשטאַמט, דהיינו: אין צרפת און מערב־כנען. די פּעולות זענען געווען אָבער פאַרשידן אויף מערב און אויף מזרח: צווישן די בני־הית האָט דער חית פאָנעטיש צונויפגעשמאָלצן מיטן הא ([h]) און צווישן די בני־חית איז דער אות ארויסגערעדט געוואָרן ווי כף ([χ], [x]). חוץ די דירעקטע באַשרייבונגען פון דעם עיקר אין רבנישע און לינגוויסטישע ווערק (למשל, זלמן הנקדן, 1395), זאָגן דאָ עדות אויך לאַטיינישע טראַנסקריפּציעס און געגראַמטע טעקסטן[1][6]. אַזוי אַרום, טרעפט מען ביי רבי אליהו בחורן אַ גראַם פון בלע־מכלה־גלח (זיין "הבדיל", 1514)[1]. אין דער דאָזיקער יצירה און אויך פון אַנדערע ראַיות, זעט מען, אַז דער h־קלאַנג איז אין גאַנצן נעלם געוואָרן אין באַשטימטע פאָנעטישע סביבות אין מויל פון בני־הית (און אירע גויישע שכנים), און דאָס האָט באַרירט אויך דעם היסטאָרישן חית[1]. דעם סוף־רעזולטאַט פונעם דאָזיקן גילגול קענען מיר טרעפן ביזן היינטיגן טאָג, למשל, אינעם וואָרט "מעקן", וואָס איז אַריין אין יידיש פון דער שפּראַך פון בני־הית. אליה בחור דערציילט (און די לינגוויסטן זענען מסכים מיט זיין חקירה), אַז דאָס וואָרט וואַקסט אַרויס פונעם שורש מ־ח־ק, און דער חית איז שפּעטער געוואָרן שטום. אַזעלכע וואַריאַנטן פון פּערזענליכע (בעיקר ווייבערישע) נעמען ווי "רעלע" (פאַר רחל) אָדער "סימע" (פאַר שימחה) זענען אויפגעקומען פונעם זעלבן פּראָצעס[1][7]. עטליכע פאָרמעס מיט ח=h אָדער ווייטער ח=∅ זענען "פאָסיליזירט" געוואָרן אַלץ לייווערטער אין דייטשישע דיאַלעקטן אויף די פריערדיגע טעריטאָריעס פון בני־הית, אַזוי ווי לדוגמא Lehm פאַר לחם[1][8]: 120.

אַן אַנדער חילוק אין קאָנסאָנאַנטן איז געווען אינעם שטייגער אַרויסצוריידן דעם שין. די בני־חית האָבן מבחין געווען צווישן די סיבילאַנטן [s] (סמך און שׂין) און [ʃ] (שין). להיפּוך, די בני־הית האָבן דעם דאָזיקן אונטערשייד ניט געוואוסט און פלעגן אַרויסריידן די גאַנצע ריי ווי [s], וואָס האָט באַמערקט זלמן הנקדן. אַן אייבערפלעכלעך ענליכער פענאָמען קען מען טרעפן אינעם ליטווישן יידיש, דהיינו דער סאַבעסדיקער לאָסן, וואָס האָט אָבער קיין שייך ניט צו בני־הית און האָט זיך אַנטוויקלט באַזונדער[5].

די שיטה פון וואָקאַלן אין לשון קודש פון בני־הית איז געווען ענליך, אויב ניט גלייך, צו דער ספרדישער הברה. די סופרים פון בני־הית טעריטאָריעס האָבן באַניצט די טבריה'ער נקודות, אָבער ניט תמיד האָבן זיי געוואוסט, וואו מוז מען שרייבן פתח און וואו קמץ, וואו סגול און וואו צירה[3]. מען טענהט אָבער, אַז דער דאָזיקער נוסח איז געווען אין דער היים פון בני־חית אויך (ביזן סוף 14טן י"ה) און נאָר שפּעטער איז ער ביי זיי און אויך ביי בני־הית אויסגעביטן געוואָרן אויפן נוסח, וואָס מיר הייסן היינט אַשכנזישע הברה[7][9].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 1.3 1.4 1.5 1.6 וויינרייך מ (1958) בני־הית און בני־חית אין אַשכנז: די פּראָבלעם — און וואָס זי לאָזט אונז הערן. ייוואָ בלעטער 41: 102–123
  2. Katz D (1991) The children of heth and the ego of linguistics: a story of seven Yiddish mergers. Trans Philol Soc 89: 95–121
  3. 3.0 3.1 Katz D (1987) The proto dialectology of Ashkenaz. Language & Communication 7: 47–60
  4. Katz D (1988) Origins of Yiddish dialectology. Language & Communication 8: 39–55 : 9–37
  5. 5.0 5.1 Katz D (1993) East and west, khes and shin, and the origin of Yiddish. In: Israel Bartal I et al (eds) Studies in Jewish Culture in Honor of Chone Shmeruk: 9–37
  6. Neuberg S (2003) Noch einmal die Bney-Hes: (be)hesemen. Jiddistik Mitteilungen 29: 10–13
  7. 7.0 7.1 Beider A (2013) Bne Hes and Bne Ḵes. In: Khan G (ed) Encyclopedia of Hebrew Language and Linguistics, Vol I: 373-375
  8. Stern H (2000) Wörterbuch zum jiddischen Lehnwortschatz in den deutschen Dialekten. Max Niemeyer Verlag, Tübingen: vi+250 pp
  9. וויינרייך מ (1973) געשיכטע פון דער ייִדישער שפּראַך: באַגריפן, פאַקטן, מעטאָדן. ייוואָ, ניו יאָרק, אין 4 בענדער. (ציטירט פון Weinreich M (2008) History of the Yiddish Language, Yale University Press)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!