רוי:פדיון שבויים

ווערסיע פון 15:38, 25 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

פּדיון שבויים (אויסלייזונג פון געפאַנגענע); די מצוה אויסצולייזן מענטשן, װאָס זענען געפאַנגען געװאָרן הייסט פּדיון שבויים, און איז זינט אַלטע צייטן פאַרעכנט געווען אַלס איינע פון די גרעסטע מצות ביי יידן. די גמרא (בבא בתרא ח') זאָנט, אַז פּדיון שבויים איז גרעסער װי געבן צו עסן אָרעמע מענטשן. דער רמב"ם אין משנה תורה (הלכות מתנות עניים ח') זאָגט, אַז די מצוה איז אַנטהאַלטן אין פיל פּסוקים פון תנ"ך און באַזונדערס אין ישעיה נ"ח „והציל לקוחים למות”. אין דער גמרא װערן געבראַכט פיל וואונדערלעכע סיפורים וועגן דער דאָזיקער מצוה. אין חולין ה' װערט דערצײלט װי דער תנא רבי פּנחס בן יאיר גייענדיק אויסלייזן שבויים איז צוגעקומען צו אַ טייך און האָט אים ניט געקאָנט אַריבערגײן האָט דער טיך זיך געשפּאָלטן פאַר אים. עס זענען איינגעאָרדנט געװאָרן פיל תקנות פאַר פּדיון שבויים, די משנה גטין ד' זאָגט אַז מען האָט געמאַכט אַ תקנה נישט אויסצולייזן שבויים פאַר צו-גרויסע סומעס („יותר מכדי דמיהן”), כדי מען זאָל נישט צוגעבן די כאַפּער מוט צו װעלן פאַנגען מער שבויים. אין די תקנות פון קהלות אין מיטלאַלטער און שפּעטער אין פּוילן פון „ועד ארבע ארצות” זענען פאַראן פיל תקנות וועגן פּדיון שבוים, וועגן בעל שם טוב ווערט דערציילט אין שבחי הבעש"ט אַז ער פלעגט צונויפנעמען געלט ביי רייכע יידן און דערמיט אויסלייזן אָרעמע אַרענדאַרן װאָס זענען אַרעסטירט געװאָרן דורך די פּריצים, גוט-באַזיצער, פאַר נישט קאָנען באַצאָלן אַרענדע-געלט.

קוואלן