רוי:שמעון תלמיד רבי נחמן מברסלב

ווערסיע פון 19:00, 20 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]]")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

ר' שמעון איז געווען א תלמיד פון ר' נחמן פון ברעסלב, צווישן ברסלעבער חסידים ווערט ער פארעכענט אלס א תלמיד מיט א ה"א הידיעה.

ער האט אסאך משמש געווען זיין רבי'ן ר' נחמן.

ווען ר' נחמן איז אלט געווען דרייצן יאר, יענע צייט איז אויך געווען זיין חתונה, האט ער אנגעטראפן ר' שמעון, ר' נחמן האט נישט געוואלט גראד רעדן צו אים פון עבודת ה', ער האט אים קודם געוואלט אויספרויבירן צו ער מיינט ערנסט דינען השי"ת אבער נישט, האט ער גערעדט צו אים פארשידענע שטותים, ר' שמעון האט גארנישט גענטפערט, האט אים ר' נחמן געפרעגט זאג די ביסט נישט קיין נארמאלער מענטש, ווילסט נישט זיין ווי יעדער ? זאגט אים ר' שמעון איך בין א תם איך זיך תמימות, האט אים ר' נחמן געזאגט עס האט א פנים אז מיר וועלן זיך קענען.

ר' נחמן האט דאן גערעדט אסאך מיט ר' שמעון פון וועגן וויאזוי צו דינען השי"ת, ער האט אים געזאגט אז ער האט פרויבריט צו רעדן מיט אסאך פון די יונגע בחורים, זיי זענען זייער ווייט פון השי"ת, אסאך בחורים זענען בעלי עבירות און טועהן שלעכטץ. ר' נחמן האט אים געזאגט קום מיין חבר לאמיר זיך אפשיידן פון אלעם פון דער וועלט, לאמיר פארשטיין אז עס איז קיין שום תכלית נישט דא אויף דער וועלט נאר עבודת השי"ת, און נאר אזוינע ווערטער, ער האט אים געזאגט איך וויל זיך אפשיידן אינגאנצען פון דער וועלט.

ר' שמעון איז זינט דאן זייער צוגעבינדן געווארן צו זיין רבין, ער האט געזאגט פאר ר' נחמן, איך קען אזוינע עבודת ווי אייך נישט באווייזן, אבער איהר וועט זיכער זוכה זיין צו זיין א גרויסער צדיק, איך וויל זיין אייער משמש, איך וויל אייך באדינען. שפעטער איז טאקע אזוי געווארן.

אין יאר ה'תקנ"ח האט ר' נחמן געזאגט פאר זיין תלמיד ר' שמעון הער צו איך האב א נסיעה פאר מיר, איך ווייס נישט ווי איך וועל פאהרן, ר' שמעון האט דערפון פארשטאנען אז זיי רבי וויל ער זאל מיט גיין מיט אים, איז ער געגאנגען שנעל און געדונגען פערד און וואגן, צוגעגרייט גענוג צו עסן און אלעס געמאכט גרייט פאר די נסיעה, דער רבי האט אים געזאגט עס קען נעמען די נסיעה א וואך, צוויי וואכן, א חודש, א פערטעל יאר א האלב יאר, א גאנצע יאר, האט ר' שמעון געזאגט איך בין אויף אלעם מסכים, זיי האבן זיך געלאזט אין וועג אריין, זיי זענען אנגעקומען צו א שטעטל וואלחיוויץ, דארט מען צוגענומען נאך איינעם, זיי אלע זענען געפארן ביז מען איז געקומען צום שטאט מעזבוז. נאנט צו דער שטאט איז ר' שמעון געווערן זייער פארשלאפט, ער האט נישט געקעונט מיט פארן מיט ר' נחמן מען האט אים געמוזט איבערלאזן, אבער ר' נחמן האט געוואלט ווייטער פארן, ר' שמעון האט זייער געוויינט און האט געפרעגט דעם רבין ווען וועט איהר צוריק קומען עס קען דאך נעמען זייער לאנג די נסיעה, האט אים דער רבי געזאגט ניין אצינד ווייס איך שוין, עס וועט נעמען אכט אדער צען טעג איך פאר קיין קאמעניץ און איך קום צוריק, ר' שמעון האט געזאגט ער לאזט נישט אפ דעם רבין ביז דער רבי זאגט אים צו אז ווען ער קומט צוריק וועט ער זיין געזונט, און דער רבי האט אים טאקע צוגעזאגט, און ער איז געווארן געזינט.


קיין פעטערבורג

אזוי ווי ר' שמעון איז געווען א שמש ביי זיין רבי ר' נחמן האט אים אמאל ר' נחמן געשיקט ער זאל צוזאמענעמען געלד פון מעדווידיווקא, אבער ר' שמעון האט נישט אכט געגעבן אויף די געלד און די געלד איז פארשוואונדען, דער רבי האט זיך געבייזערט אויף אים און אים געזאגט "צוליב דעם קומט דיר צו פאר שיקען", אזוי איז טאקע געשען צוליב א סיבה האט ר' שמעון געדארפט אוועק פארהן קיין פעטערבורג, דאס איז דאן געווען א פלאץ וואס איז ווייט פון דעם ישוב פון אידן, עס האבן דארט געוואונט זייער ווייניג אידן, און ער איז דארט פארבליבן דריי און א האלב יאר.

התבודדות

ר' שמעון איז געווען א גרויסע עהרליכער ברסלעבער חסיד, ער איז געווען באקאנט איבאראל מיט זיינע תפלות און התבודדות שעה'ן, ער פלעגט גיין אין וועלדער און פעלדער און אסאך בעטען פון השי"ת.

ר' נחמן האט אמאל אויף אים געזאגט: ער האט שוין צובראכן פון זיך את שלעכטע מדות אינגאנצען.

א שמש אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט

ר' שמעון האט זוכה געווען אסאך באדינען זיין רבי'ן.

אין די ערשטע צייטן פון זיי רבי ווען ר' נחמן האט נאך געוואנט אין אויסיאטין ביי זיין שווער פלעגט אים שוין ר' שמעון באדינען, עס ווערט פארציילט אז איינמאל האט ר' נחמן געפאסט א גאנצע וואך, אינמיטן וואך איז אנגעקומען זיין תלמיד ר' שמעון עס איז געווען מיטוואך, ר' שמעון האט געזעהן אז ר' נחמן איז מסוכן עס איז געגאנגען בלוט פון זיינע נאז און זיינע אויגן און פון זיין מויל, האט ער גאמאכט א גרויס געשריי, און געזאגט פאר זיין רבין ר' נחמן אויב איהר גייט נישט שוין עסן וועלן איהר אויסזאגן פאר יעדן אז איהר פאסט, האט אים ר' נחמן געזאגט, שרעק זיך נישט אזוי איז דער סדר, קודם איז שווער נאכדעם ווערט עס גרינגער, עס זעהן מארגן וועט בעסער ווערן, ר' שמעון האט נישט געהאט קיין בריכה ער האט געמוזט שווייגן ווייל ער האט צוגעזאגט פאר ר' נחמן ער וועט פאר קיינעם נישט דערציילן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!