רוי:לאקאלע רעגירונג אין לאנדאן

ווערסיע פון 19:00, 20 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|4]]" ב־"ריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|04]]")
לאנדאן איז א ראיאן פון ענגלאנד. דאס איז דער שטח פון אחריות פון דער GLA.
סיטי ראטהויז ביינאכט, די הויפטקווארטירן GLA.

לאקאלע רעגירונג אין לאנדאן גייט אן אין צוויי שיכטן; א שטאטס, סטראטעגישער שיכט און א לאקאלער שיכט. די שטאט-ברייט אדמיניסטראציע ווערט קאארדינירט דורך דער גרעסערער לאנדאנאנער אויטאריטעט (GLA), און די לאקאלע אדמיניסטראציע ווערט אויסגעפירט דורך 33 קלענערע אויטאריטעטן.[1]

העכערער שיכט

די גרויסלאנדאנאנער אויטאריטעט איז צוזאמענגעשטעלט פון צוויי געוויילטע טיילן. זיי זענען דער בירגערמייסטער פון לאנדאן, וואס האט די עקסעקוטיווע מאכט, און די לאנדאנער פארזאמלונג, וואס טוט חוקר ודורש זיין די החלטות פונעם בירגערמייסטער און קען אננעמען אדער אפווארפן זיינע בודזשעט פארשלאגן יעדע יאר. די GLA האט אחריות פאר סטראטעגישער פלאנירונג, פאליציי, די פייער דינסט, רוב ענינים פון טראנספארט און עקאנאמישער אנטוויקלונג. זי איז א לעצטיגע ארגאניזאציע, אויפגעשטעלט אין 2000 במקום דער גרויסלאנדאנער ראט (GLC) וואס איז געווארן אפגעשאפט אין 1986.[1] די הויפטקווארטיר פון דער GLA און דעם בירגערמייסטער פון לאנדאן איז אין דעם סיטי ראטהויז. דער היינטיגער בירגערמייסטער פון לאנדאן איז סאדיק קאן, געוויילט אין 2015, נאך באריס זשאנסאן.

געזונט דינסטן אין לאנדאן ווערן פארוואלט מיט דער נאציאנאלער רעגירונג דורך דער נאציאנאלער געזונטדינסט, וואס איז קאנטראלירט און אנגעפירט אין לאנדאן דורך NHS לאנדאן.[2]

נידעריגער שיכט

די 33 לאקאלע אויטאריטעטן זענען די 32 לאנדאנער בארא ראטן און די סיטי פון לאנדאן קארפאראציע.[1] אויף זיי איז דא דאס אחריות פאר לאקאלע דינסטן וואס זענען אונטער דער אויפזיכט פון דער GLA, למשל לאקאלע פלאנירונג, שולעס, סאציאלע דינסטן, לאקאלע גאסן און מיסט אויפזאמלען. די לאנדאנער באראס האבן יעדע איינע א ראט וואס ווערט דערוויילט יעדע פיר יאר דורך די איינוואוינער דארטן.


די סיטי פון לאנדאן האט נישט קיין נארמאלע לאקאלע אויטאריטעט, נאר ווערט געהערשט דורך דער היסטארישער סיטי פון לאנדאן קארפאראציע וואס ווערט געוויילט דורך סיי איינוואוינער סיי געשעפטן, און וואס עקזיסטירט אינעם זעלבן פארמאט זייט די מיטל עלטער.

סיטי פון לאנדאןסיטי פון וועסמינסטערקענזינגטאן און טשעלסיהאמערסמיט און פולהאםוואנדזווערטלאמבעטסאדארקטאר האמלעטסהאקניאיזלינגטאןקאמדןברענטאילינגהאונסלאריטשמאנד אויפן טעמזקינגסטאןמערטאןסאטןקרוידןבראמלילואישעםגריניטשבעקסליהעווערינגבארקינג און דעגנהעםרעדברידזשנייהעםוואלטם פארעסטהארינגייענפילדבארנעטהארויהילינגדן 
וועגן דעם בילד
  1. סיטי פון לאנדאן
  2. סיטי פון וועסטמינסטער
  3. קענזינגטאן און טשעלסי
  4. האמערסמיט און פולהאם
  5. וואנדזווערט
  6. לאמבעט
  7. סאדארק
  8. טאר האמלעטס
  9. העקני
  10. איזלינגטאן
  11. קאמדן
  12. ברענט
  13. אילינג
  14. האונסלא
  15. ריטשמאנד
  16. קינגסטאן
  17. מערטאן
  18. סאטן
  19. קרוידן
  20. בראמלי
  21. לואישעם
  22. גריניטש
  23. בעקסלי
  24. העווערינג
  25. בארקינג און דעגנהעם
  26. רעדברידזש
  27. נייהעם
  28. וואלטם פארעסט
  29. הארינגיי
  30. ענפילד
  31. בארנעט
  32. הארוי
  33. הילינגדן

רעפערענצן