רוי:לאנדאנער פארזאמלונג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די לאנדאנער פארזאמלונג איז א געוויילטער קערפער, א טייל פון דעם גרויסלאנדאנער אויטאריטעט, וואס איז חוקר־ודורש די אקטיוויטעטן פונעם בירגערמייסטער פון לאנדאן און האט די מאכט, מיט א רוב פון צוויי־דריטל, אמענדירן דעם בירגערמייסטער'ס יערליכן בודזשעט און אפווארפן דעם בירגערמייסטער'ס אנווארף סטאטוטארישע סטראטעגיעס.[1] די פארזאמלונג איז געגרינדעט געווארן אין יאר 2000 און טרעפט זיך אין סיטי זאל אויפן דרום ברעג פון דעם  טייך טעמז, נאענט צו טורעם בריק. די פארזאמלונג קען אויך פארשן אנדערע פראגעס וואס זענען וויכטיג פאר לאנדאנער (טראנספארט, סביבה־ענינים אא"וו), פארעפנטליכן אירע דערגייאונגען און רעקאמענדאציעס, און מאכן פארשלאגן צום בירגערמייסטער.

מיטגלידער פון דער פארזאמלונ

די פארזאמלונג באשטייט פון  25 מיטגלידער דערוויילט ניצן דעם צוגעגעבענער מיטגליד סיסטעם פון פארהעלטעניש־וואלן. מען האלט די וואלן יעדע פיר יאר – די זעלבע צייט ווי פארן  בירגערמייסטער. לאנדאן ווערט צעטיילט אין 14 וויילערשאפט וואס יעדע איינע וויילט איין מיטגליד, מיט נאך 11 מיטגלידער דערוויילט פון א פארטיי ליסטער כדי די צאל מיטגלידער פון יעדער פארטיי זאל זיין פראפארציאנעל צו דער צאל שטימען פאר יענער פארטיי אין גאנץ לאנדאן.[2] א פארטיי דארף באקומען מינדערסטנס 5% פון די פארטיי ליסטע שטימען צו געווינען א זיץ. א מיטגליד אין דער לאנדאנער פארזאמלונג באקומט א יערליך געהאלט פון אומגעפער £55,000.[3]

מוסטער:Party colourמוסטער:Party colourמוסטער:Party colourמוסטער:Party colourמוסטער:Party colourמוסטער:Party colour
פאליטישע פארטיי פארזאמלונג מיטגלידער
2000 2004 2008 2012 2016
לייבאר 9 7 8 12 12
12 / 25
קאנסערוואטיו 9 9 11 9 8
8 / 25
גרין 3 2 2 2 2
2 / 25
UKIP 2 2
2 / 25
ליבעראל דעמאקראט 4 5 3 2 1
1 / 25
בריטישע נאציאנאלע פארטיי 1
0 / 25

רעפערענצן

  1. Localism Act 2011. Legislation.gov.uk (‏2012-02-07). דערגרייכט דעם 2015-04-03.
  2. BBC News – How the London election works. Bbc.co.uk (‏‏25סטן אפריל 2012). דערגרייכט דעם ‏18טן נאוועמבער 2012.
  3. London Assembly Members. The London Assembly. Mayor of London, the London Assembly and the Greater London Authority. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏15טן מאי 2012.

דרויסנדע לינקס


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!