באַניצער:תנא קמא/רבי ישראל מאיר הכהן

< באַניצער:תנא קמא
ווערסיע פון 00:05, 20 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון תנא קמא.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון תנא קמא.

רבי ישראל מאיר הכהן (י"א שבט ה'תקצ"ט – כ"ג אלול ה'תרצ"ג).

געבוירן אין זשעטל, גראָדנער געגנט. זיין פאָטער, אריה־זאב, איז אים פרי געשטארבן און ער איז מיט דער מוטער אַריבערגעפאָרן קיין ווילנע. צו 17–18 יאָר חתונה געהאַט קיין ראַדין, ווילנער געגנט. געלערנט האט כ. פאר זיך און אויך נאָך דער חתונה איז ער כל־ימיו געזעסן על התורה ועל העבודה, און די ווייב האָט דאָס הויזגעזינד מפרנס געווען פון דער קראָם, וואָס זי האָט געפירט. שפּעטער האָט ער געלעבט פון די פילע ספרים, וואָס ער האָט מחבר געווען. באַזונדערס באַרימט איז ער געוואָרן מיט זיין מוסר־ספר "חפץ חיים" (ווילנע, תקל"ג, אין 2 ח'), אַרויס געגעבן אַנאָנים, אַזוי אַז דער נאָמען פון דעם ספר איז אַריבער אויך אויף דעם מחבר. פון זיינע אַנדערע ספרים זענען באַקאַנט "שמירת הלשון" (ווילנע, תקל"ו – א מין צווייטער טייל צום "חפץ חיים"); "משנה ברורה" – ליקוטי דינים פון שולחן ערוך; "לקוטי הלכה" – אַ קיצור פון סדר "קדשים" לויטן מוסטער פון אלפס; "אהב חסד"; "מחנה ישראל" – ווי אַזוי זעלנער זאָלן אפּהיטן אידישקייט, נישט פאַרלעצנדיג אויפן מיליטערדינסט. האָט אַרויסגעגעבן אַ גאַנצע ריי ספרים פון גאונים, ווי – לויט אַ כתב־יד פון בועז ראַבינאָוויטש אין באָברויסק – "הגהות על ספרא מהגר"א א"א(?). דערהויפּט אריינגעטאָן אין מוסר האָט כ אויך געשטרעבט צו פאַר שפרייטן מידות טובות און שטארקן דעם דת אויך דורך יידיש און אַחוץ זיינע דרשות בעל פה און פאַרשידענע יידישע 1876 קונטרסים און כרוזים האָט ער אייניקע פון זיינע ספרים אַרויסגעגעבן מיט אַ איבערזעצונג אין יידיש אונטערן העב רעיִשן טעקסט פון זיי איז באַזונדערס אָנגענומען זיין ספר נדחי ישראל 3 טע אויסגאבע וואַרשע 1897 ז ז 294 מיט אַ קונטרס תפארת אדם ז ז 32 וואָס איז איינס פון די חשובסטע ווערק פון דער נייערער רעליגיעזער ליטעראַטור אויף יידיש אויפן שער בלאט זאָגט דער מחבר צוא ליב דעם פֿאַר ליינג פון פיל מענשען עס זאלל זיין דער נוצבא רער ספר אָפפען פאַר אַללעמען האָבען מיר אים איבער גיזעצט אין פּראָסט וואָרום עס ווערין אין אים אַרומגירעט יידיש אַלע זאָלין קענען אריין קוקין וויכטיגע ענינים פון אונזער היילינע אמונה וועלכע עס מוזין וויסין און אָבץ היטען יעדער איד בפרט דער וואָס לעבט אין דיא ווייטע מקומות אויך ווערען דאָ ארומגירעט אַ סאַך נאטהיגע דינים פון אורח חיים און יורה דעה און נאָך פיל הויכע ענינים וואָס יעדער איד מוז זייא וויסען אין לה ק און יידיש זיינען אויך פארפאסט זיין ספר גדר עולם וואַרק שע 1894 ז ז 45 און טהרת ישראל פיעטריקאָוו איבערגעדרוקט 1911 ז ז 45 וועגן פרויען צניעות טבילה וכדומה אין דער יידישער איבערזעצונג האָבן אים אויך געהאלפן בנציון אלפס און זיין איידעם ר הירש לעווינסאן וועל כער איז 36 יאָר ביז זיין טויט געווען ראש ישיבה אין ראַדין נאָך דער עוואַקאַציע אַריבערגעפירט קיין סנאָווסק מיט דער דאָזיקער ישיבה איז פארבונדן די כלל טועריי פון דעם חפץ חיים וועלכער האָט די ישיבה געגרינדעט מיט זיין נאמען איר געגעבן א גרויסן שם אין דער וועלט און געזאמלט פאַר איר אויך די נייטיקע געלט מיטלען די לעצטע יאָרן ווערט כ ס פּאָפּולאריטעט ביי די אָרטאָדאָקסישע מאסן וואָס פֿאַרם הייליקן דעם זקן פֿאַר זיין תמימות און פאָלקסטימלעכקייט אויסגעניצט פון דער "אגודת שלומי אמוני ישראל".

דור רבניו וסופריו אהלי שם IXE

רעפערענצן