יוספ'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער

געשעעניש געשילדערט אין פרשת ויגש (ב'רל"ח)
ווערסיע פון 14:41, 19 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ירידת יעקב למצרים" ב־"יעקב'ס אראפגאנג קיין מצרים")

יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער, נאכן זיין אפגעהאקט צוויי און צוואנציג יאר, איז א סצענע וואס ווערט געשילדערט אין פרשת ויגש, בראשית מה.

א מאלעריי וואס שילדערט די אנטפלעקונג פון יוסף צו זיינע ברידער.

די מעשה ווערט שטארק באארבעט אין מדרשי חז"ל וואס ערקלערן עס אויף פארשידענע וועגן, און מען לערנט זיך דערפון א מוסר השכל אויף די אינערליכע סתירות וואס גייען פאר ביי א מענטש.

די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אין מצרים ארום ב'רל"ח.

הינטערגרונט

 
אילוסטראציע ווי יוסף אנטפלעקט זיך צו זיינע ברידער.

נאך מכירת יוסף, די מעשה פון יוסף און אשת פוטיפר, זיין ארעסט וואס האט נאכגעפאלגט, די חלומות פון שר המשקים און שר האופים און זייער ענטשיידונג דורך יוסף, זיין באפרייאונג צוליב פרעה'ס חלומות און דאס אויפנעמען פון יוסף צו הערשן אויף מצרים, זענען געזאמלט געווארן לויט זיין באפעל פילע אוצרות פון עסן אין די זאטע יארן, אלס פארברייטונג צו די הונגער יארן. נאך וואס די זיבן זאטע יארן האבן זיך געענדיגט האבן זיך אנגעהויבן די הונגער יארן, און פרעה האט געשיקט די איינוואוינער פון מצרים צו יוסף אנזאגנדיג אז זיי זאלן פאלגן אלעס וואס יוסף וועט זיי באפוילן, און יוסף האט זיי פארקויפט עסן פאר געלט[1].

דער גרויסער הונגער האט דערגרייכט אויך ארץ כנען, דער וואוינארט פון יעקב, און ער האט געשיקט זיינע זין צו נידערן קיין מצרים און קויפן עסן. יוסף האט זיך געפירט צו זיי פרעמד און געפאדערט אז זיי זאלן ברענגען בנימין[2]. ווען זיי זענען צוריקגעקומען מיט בנימין, האט יוסף זיי געגעבן עסן און ער האט באפוילן זיין באדינער אז ער זאל באהאלטן זיין בעכער אין די זאק פון בנימין. ווען זיי זענען ארויס האט ער געשיקט זיין באדינער זיי נאכצויאגן, דער באדינער האט "געטראפן" די בעכער אין די זאק פון בנימין און ער איז צוריקגענומען געווארן צום הויז פון יוסף. די ברידער, אין שפיץ פון יהודה, האבן נישט איינגעשטימט זיך צוריק צו קערן קיין כנען אן בנימין, און זיי האבן זיך אויך צוריק געקערט צום שטוב פון יוסף צו איינבעטן ביי אים[3].

די אנטפלעקונג

אנקומענדיג צו יוסף זענען די ברידער געפאלן צו אים, און יהודה האט געזאגט צו יוסף אז זיי וועלן אלע ווערן קנעכט פאר אים, אויף וואס יוסף האט געענטפערט אז ער וואלט נישט געטון אזאנס, נאר בנימין זאל זיין א קנעכט, און די איבריגע ברידער קענען צוריקגיין פריי צו זייער פאטער[4]. יהודה האט זיך דאן געוואנדן צו יוסף, צו איינבעטן אז ער זאל באפרייען בנימין[א].

יהודה האט געשילדערט וואס איז אריבער אויף זיי, ווען יוסף האט זיך נאכגעפרעגט צי זיי האבן א טאטע אדער ברידער, זיי האבן אים דערציילט איבער זייער אלטער פאטער וועלכע איז געבליבן אינדערהיים מיט זיין קליינעם בן זקונים וועלכע ער האט זייער ליב, זייענדיג די איינציגסטע פארבליבענע פון זיין מוטער; ווי יוסף האט זיך גע'עקשנ'ט מיטצוברענגען בנימין קיין מצרים טראץ די טענות פון די ברידער אז עס קען שאדן פאר'ן טאטן; ווי דער הונגער האט זיך געשטארקט און יעקב האט צוריקגעשיקט זיינע זין קיין מצרים קויפן שפייז, און זיין שטארקע ווידערווילן אראפצולאזן בנימין נאכ'ן פארלירן זיין ברודער יוסף. יהודה האט אויסגעפירט אז ער קען זיך נישט אהיימקערן צו זיין טאטן אן בנימין, און ער איז גרייט צו בלייבן אין געפענגעניש אנשטאט אים[5]. לויט די מדרשים איז דער ווענדונג געווען באגלייט מיט דראאונגען אז ער וועט אים הרג'ענען אינאיינעם מיט פרעה, און וועט חרוב מאכן גאנץ מצרים אויב בנימין ווערט נישט באפרייט[6].

יוסף האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן, ער האט באפוילן אז אלע וועכטער זאלן ארויסגיין, און דעמאלט האט ער זיך אנטפלעקט צו זיי מיט געוויין. די ברידער האבן זיך זייער דערשראקן אזש זיי האבן נישט געקענט ענטפערן פון שאק און בושה[7].

וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל אֶחָיו, אֲנִי יוֹסֵף, הַעוֹד אָבִי חָי, וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו

אין מדרש ווערט פארציילט אז אין אנפאנג האבן די ברידער נישט געקענט גלייבן, טראץ וואס ער האט גערעדט צו זיי אין לשון קודש, וויבאלד ווען מען האט אים פארקויפט איז ער נאך געווען יונג אן א בארד, און יעצט איז ער שוין געווען געבערדלט - ביז ווען יוסף האט זיי באוויזן אז ער איז גע'מל'עט[8].

יוסף האט זיי בארואיגט אז דאס איז געווען אזוי געפירט פון הימל זיי צו קענען שפייזן און ראטעווען פונעם הונגער. יוסף האט באפוילן די ברידער זיך אהיימצוקערן צו יעקב, אים דערציילן איבער זיין שטעלע און שטאנד אין מצרים, און אים אראפברענגען מיט די גאנצע פאמיליע און פארמעגן זיך באזעצן אין גושן וואו ער וועט אים שפייזן. יוסף און בנימין האבן זיך געהאלזט און געוויינט, ער האט דאן געקושט די ברידער און געוויינט און געשמועסט מיט זיי.

אין פרעה'ס שטוב האט מען זיך דערוואוסט פון די אנקום פון יוסף'ס ברידער, און עס איז זייער געפאלן פאר פרעה און זיינע באדינער אז יוסף שטאמט נישט פון קנעכט נאר פון א רעספעקטירטע משפחה[9]. פרעה האט דאן אנגעזאגט פאר יוסף מיטצושיקן צו זיין פאטער וועגענער און שפייז, און זיי זאלן אים אראפברענגען קיין מצרים וואו זיי וועלן באקומען דאס בעסטע וואס מצרים פארמאגט.

יוסף האט דערנאך געגעבן קליידונג פאר זיינע ברידער, און פאר בנימין פינף פאר קליידונג און דריי הונדערט זילבער שטיק. ביים ארויסגיין האט זיי יוסף געבעטן "אל תרגזו בדרך" - אנדייטנדיג, לויט איין פשט, אז זיי זאלן זיך נישט קריגן אויף דעם וואס זיי האבן אים פארקויפט, און דעבאטירן און זאגן: וועגן דיר האט מען אים פארקויפט, דו האסט פארציילט אויף אים שלעכטס און צוגעברענגט מען זאל אים פארקויפן[10].

מעלדונג פאר יעקב

די ברידער זענען אנגעקומען צו יעקב אין ארץ כנען, און אים דערציילט אז יוסף לעבט נאך: ”עוֹד יוֹסֵף חַי”, און אז ער איז א הערשער איבער גאנץ מצרים. יעקב האט דאס קוים געקענט גלייבן.

אין ספר הישר ווערט געברענגט אז די ברידער האבן געקווענקלט אויב און וויאזוי מען זאל אים דערציילן די פלוצלינג'דיגע בשורה. סרח בת אשר, וואס האט גוט געקענט שפילן אויף א פידל, האט געשפילט פאר יעקב מיט די ווערטער "דער פעטער יוסף לעבט, ער הערשט אויף גאנץ מצרים". נאך וואס זי האט דאס איבער געזינגען צוויי-דריי מאל, איז צו אים צוריק געקומען די רוח הקודש און ער האט געזען אז אירע רייד זענען אמת. יעקב האט איר געבענטשט: "מיין טאכטער, זאל אין דיר קיינמאל הערשן דער טויט, ווייל דו האסט מיר אויפגעלעבט"[11].

יעקב האט אנגענומען זייערע רייד און האט אויפגעלעבט זעענדיג די וועגענער וואס יוסף האט געשיקט. חז"ל האבן גע'דרש'נט אז יוסף האט אים געשיקט "עגלות" (וועגענער), אלס רמז אז זיי האבן זיך צעטיילט ווען זיי האבן געהאלטן אינמיטן לערנען די פרשה פון עגלה ערופה, און אזוי זאל ער דערקענען אז טאקע יוסף איז דער וואס שיקט צו אים[12].

ענדע

יעקב איז אראפ קיין מצרים, נאך וואס זיין גייסט האט אויפגעלעבט, נישט פאר ער באקומט צוריק זיין רוח הקודש און גאט זאגט אים ”אָנֹכִי אֵרֵד עִמְּךָ מִצְרַיְמָה וְאָנֹכִי אַעַלְךָ גַם עָלֹה, וְיוֹסֵף יָשִׁית יָדוֹ עַל עֵינֶיךָ[13][14]. דער ספורנו[מקור פארלאנגט] שרייבט אז יעצט, גייענדיג צו זיין פרייליכע טייל פון זיין לעבן, נאך וואס ער איז אריבער די אלע צרות, האט אים גאט געזאגט וואס עס וועט געשען באחרית הימים, ווי עס שטייט ״רנו ליעקב שמחה״[15].

דער פארגלייך צום גרויסן יום הדין

אין מדרש ווערט ערקלערט די בושה וואס וועט באנעמען די מענטשן ווען גאט וועט מוסר'ן דעם מענשט אויף זיינע שלעכטע מעשים, מיט א קל וחומר פון די בושה וואס די ברידער האבן געהאט ווען יוסף האט זיך אנטפלעקט צו זיי[16].

אַבָּא כֹּהֵן בַּרְדְּלָא אָמַר: "אוֹי לָנוּ מִיּוֹם הַדִּין, אוֹי לָנוּ מִיּוֹם הַתּוֹכֵחָה" .. יוֹסֵף קְטַנָּן שֶׁל שְׁבָטִים הָיָה וְלֹא הָיוּ יְכוֹלִים לַעֲמֹד בְּתוֹכַחְתּוֹ, הֲדָא הוּא דִכְתִיב: "וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו". לִכְשֶׁיָּבוֹא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא וְיוֹכִיחַ כָּל אֶחָד וְאֶחָד לְפִי מַה שֶּׁהוּא, שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים נ כא): "אוֹכִיחֲךָ וְאֶעֶרְכָה לְעֵינֶיךָ", עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה.[ב]

רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה אָמַר, אוֹי לָנוּ מִיּוֹם הַדִּין אוֹי לָנוּ מִיּוֹם הַתּוֹכֵחָה. וּמַה יּוֹסֵף הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בָּשָׂר וָדָם כְּשֶׁהוֹכִיחַ אֶת אֶחָיו לֹא יָכְלוּ לַעֲמֹד בְּתוֹכַחְתּוֹ, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שֶׁהוּא דַּיָן וּבַעַל דִּין וְיוֹשֵׁב עַל כִּסֵּא דִּין וְדָן כָּל אֶחָד וְאֶחָד, עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה, שֶׁאֵין כָּל בָּשָׂר וָדָם יְכוֹלִים לַעֲמֹד לְפָנָיו.[ג]

.

ביאורים

  1. דער אור החיים, בראשית מד, יז, ערקלערט, אז יהודה האט פארשטאנען אז די מעשה מיט די בעכער איז א שטראף פון גאט פארן פארקויפן יוסף, און דעריבער האט ער פארגעשלאגן צו פארשקלאפן די ברידער. אבער נאך וואס יוסף האט קלארגעשטעלט אז נאר בנימין - וואס איז נישט געווען ביי די מכירה - זאל בלייבן, האט ער פארשטאנען אז דאס איז נאר אנגעדרייט דורך יוסף און דעריבער האט ער זיך קעגנגעשטעלט.
  2. וויי איז צו אונז פון דעם יום הדין, וויי צו אונז פון דעם יום התוכחה .. יוסף איז געווען דער קליינער פון די שבטים און די ברידער האבן נישט געקענט שטיין קעגן זיינע מוסר רייד, ווי עס שטייט "ולא יכלו אחיו לענות אותו כי נבהלו מפניו". ווען הקב"ה וועט קומען און מוכיח זיין יעדן לויט זיינע מעשים, ווי עס שטייט "אוחיכך ואערכה לעיניך" איז אוודאי און אוודאי
  3. מה דאך יוסף וואס ער איז א מענטש פון פלייש און בלוט, ווען ער האט גע'מוסר'ט די ברידער האבן זיי נישט געקענט שטיין אין דעם, הקב"ה וואס ער איז א דיין אין א בעל דין, און ער זיצט אויף כיסא דין, אוודאי און אוודאי, אז א מענטש פון פלייש און בלוט קען נישט שטיין אין דעם

רעפערענצן

  1. בראשית מא
  2. קאַפּיטל מ"ב
  3. קאַפּיטל מ"ד
  4. מד, א–יז
  5. מד, יח–לד.
  6. בראשית רבה, פרשה צ"ג, פסקה ו'; תרגום ירושלמי, בראשית מד, טעקסט אויף ספריא וועבזייטל.
  7. רש"י און מלבי"ם, בראשית מה, ג.
  8. מדרש תנחומא פרשת ויגש פיסקא ה'
  9. רמב"ן, מה, טז
  10. רש"י, מה, כד. זעט דארט און אין די מפרשים אנדערע טייטשן.
  11. ספר הישר, פרשת ויגש, ד"ה והקול.
  12. בראשית רבה, פרשה צ"ד, פסקה ג'
  13. בראשית מו, ד
  14. רש"י ערקלערט אז דאס איז א צוזאג אז ער וועט בעגראבן ווערן אין ארץ ישראל. און אין מדרש מכילתא דרבי ישמעאל (שמות ט״ו:ב׳) און אין נאך אסאך מדרשים שטייט אז דאס איז אויך א צוזאג אויף יציאת מצרים.
  15. ירמיהו לא, ו
  16. לשון פון מדרש: "לפי מה שהוא". און ווי די ווערטער פונעם מדרש (איכה רבה פתיחה י) "אים טרון כל יומא ולא לעי (=ער איז פארנומען א גאנצן טאג מיט זיינע געשעפטן און ער ווערט נישט מיד), ואמר ליה חבריה אתי וצלי (אבער ווען זיין חבר רופט אים צו דאווענען), והוא אמר לית אנא יכיל (זאגט ער איך האב נישט קיין כח)".