רוי:רבי ישראל דוד הורוויץ

ווערסיע פון 14:22, 19 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[טוביה הורוויץ (שענדישוב)" ב־"[[רבי טוביה הורוויץ (שענדישוב)")

רבי ישראל דוד הורוויץ זצ"ל (כ"ג תשרי ה'תרנ"ט - י"ז טבת ה'תשכ"ז),[1] דער שענדישאוו-שאצער רבי פון ניו יארק.

אפשטאם

רבי ישראל דוד איז געבוירן אין שענדישאוו אין שמחת תורה ה'תרנ"ט, צו זיין פאטער הרב טוביה הורוויץ, רב אין שענדישאוו, א זון פון הרב אברהם הורוויץ, רב אין שענדישאוו, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת טשארנע א טאכטער פון הרב אשר משה לעמל דים.

רבנות

אין יאר ה'תרפ"ח[2] איז רבי ישראל דוד געפארן וואוינען אין אמעריקא, ער האט דארט געעפענט דעם שאצער בית המדרש אין ניו יארק. ער האט געפירט אן אפענע שטוב, ווי אלע געסט האבען געפילט א נאנטקייט. ער איז געווען אן אקטיווער מיטארבעטער אין פארשידענע וואוילטעטיגע און תורה'דיגע ארגאניזאציעס אין אמעריקא.

הסתלקות

רבי ישראל דוד איז נפטר געווארן אין יאר ה'תשכ"ז.

פאמיליע

רבי ישראל דוד האט געהייראט מרת יענטל א טאכטער פון הרב מאיר מאשקאוויטש, רב אין שאץ. זי איז נפטר געווארן זייער יונג איבערלאזנדיג פיר קליינע קינדער. זייערע קינדער:

  • הרב מאיר הורוויץ, ער האט געהייראט מרת סימא א טאכטער פון הרב אשר יונה ווינבערגער, ממלא מקום פון פאטער.
  • הרב אברהם הורוויץ, ער האט געהייראט מרת בלומא א טאכטער פון הרב שמואל שעכטער.
  • מרת שרה.
  • מרת רחל.

בזיווג שני האט ער געהייראט די טאכטער פון רבי איתמר פון נאדווארנא.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 273, ירושלים תשנ"ה
  2. אלפסי שרייבט תרפ"ח

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!