רוי:רבי איתמר ראזנבוים

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:רבי איתמר ראזענבוים)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מציבת הרב איתמר ראזנבוים אדמו"ר נאדווארנא

רבי איתמר ראזענבוים (ה' תמוז ה'תרמ"ו - כ"ב סיון ה'תשל"ג) איז געווען אדמו"ר פון נאדווארנא.

אפשטאם

רבי איתמר איז געבוירן געווארן ה' תמוז תרמ"ו צו זיין פאטער רבי מאיר ראזנבוים פון קרעטשניף, א זון פון רבי מרדכי לייפער פון נאדווארנא, א זון פון רבי ישכר בערטשע לייפער פון נאדווארנא, און צו זיין מוטער, א טאכטער פון רבי יחיאל מיכל טירער פון דאראהוי.

אדמו"רות

ביי די פופצן יאר האט רבי איתמר אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע אין טשערנאוויץ. אין תרע"ד, ביי דער ערשטער וועלט מלחמה, איז ער אריבער אין ווין און קרעטשניף. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער זיך גצויגן אין אמעריקע. אין תשכ"ט האט ער אויפגעשטעלט זיין בית מדרש אין תל אביב.

הסתלקות

רבי איתמר איז נפטר געווארן כ"ב סיון תשל"ג און מ'האט אים באערדיקט אין הר הזיתים. ער האט שוין געהאט געזען אן אוראייניקל וואס האט געפירט א רביסטעווע.

פאמיליע

רבי איתמר האט געהייראט מרת מלכה, א טאכטער פון רבי אשר ישעיה פון קאלבאסאוו. זייערע קינדער:

  • רבי מאיר ראזנבוים, הויפט רב פון קובא ביז תשט"ו און דערנאך רב אין מעקסיקא ביז תש"ס
  • רבי חיים מרדכי ראזענבוים (כ"ד אייר ה'תרס"ג - ט"ו טבת ה'תשל"ח) פון נאדווארנא; ער האט געהייראט מרת סימא רייזל, טאכטער פון זיין פעטער רבי אליעזר זאב פון קרעטשניף.
  • רבי ישכר בער ראזנבוים (תרס"ה - תשמ"א) פון סטראזשניץ, איידעם ביי רבי ישכר דוב בערטשע לייפער פון סאטמאר
  • רבי יצחק אייזיק (געב' תרס"ח) פון זוטשקע
  • רבי אשר ישעיה (תרע"ד - ח' תמוז תשע"ב) פון בוקארעשט און חדרה.[1] איידעם ביי זיין ברודער רבי יצחק אייזיק פון זוטשקע
  • די ווייב בזיווג שני פון רבי ישראל דוד הורוויץ פון שענדישאוו־שאץ
  • די ווייב פון רבי אברהם אבא לייפער פון פיטסבורג
  • די ווייב פון רבי מאיר אייזיקסאן פון ראמאן פילאדעלפיע (נעפע פון רבי איתמר)
  • די ווייב פון רבי שלום ישכר בער שפירא פון קעכניע

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!