רוי:רבי אלעזר שפירא

אב"ד לאנצהוט
ווערסיע פון 20:30, 18 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[שלמה שפירא" ב־"[[רבי שלמה שפירא")

רבי אלעזר שפירא זצ"ל (ה'תקס"ח - י"ב אלול ה'תרכ"ה) רב אין לאנצהוט.

אפשטאם

רבי אלעזר'ל איז געבוירן אין ריבאטיטש אין יאר ה'תקס"ח, צו זיין פאטער הרב רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת חנה מינדל א טאכטער פון הרב שמואל פון טשיטש.

רבנות

אין יאר ה'תקפ"ט האט זיין פאטער אריין געשטעלט רבי אלעזר'ל, רב אין ריבאטיטש, אין יאר ה'תקצ"ח איז ער אריבער קיין סטריזשעוו, נאך דעם פאטערס פטירה אין יאר ה'תר"א האט ער אנגעפאנגען פראווען רביסטעווע, אין יאר ה'תרי"ז איז ער געווארן רב אין לאנצהוט.

הסתלקות

רבי אלעזר'ל איז נפטר געווארן י"ב אלול ה'תרכ"ה.

פאמיליע

אין עלטער פון פערצען יאר האט רבי אלעזר'ל געהייראט מרת טויבע חוה א טאכטער פון הרב יהושע העשל האלעס פון דוקלא, זייערע קינדער:

  • מרת רחל, די ווייב פון הרב מאיר לאנגזאם.

זיינע ספרים

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!